Paragraph
Paragraph rh-ca5k7sbt
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6sy56fsj
- order
- ZQ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און ווערט אויך אנגערופן דער ראש", די קאפ פון גאנץ חודש ניסן, און ווי ס'שטייט אויף דערויף די ערקלערונג, אין לשון קודש איז דאך די אלע נעמען בדיוק פארוואס דאס ווערט אנגערופן בשם ראש אז דאס איז ווי א קאפ וואס זי איז כולל אין זיך די אלע פרטים און די אלע פעולות ואלע אקטיוויטעטן פון אלע אברים, אזוי איז ראש חודש אויך כולל אין זיך די אלע אקטיוויטעטן וואס מ'וועט דערנאך טאן, אנהויבנדיק פון דעם ערשטן טאג אין חודש ניסן, און דערנאך הלוך והוסיף ואור, און על אחת כמה וכמה צו די ענינים וואס פארבונדן מיט חג המצות און חג הפסח, וואס דאס איז דאך דער מיטן פון קיימא סיהרא באשלמותא פון חודש ניסן האט מען שוין נאך, אנהויבנדיק פון ימי הפורים, געטאן אלץ וואס מ'קען, כדי יעדער איד און אלע אידן זאלן האבן צרכי החג שלשים יום לפני זה, וואס דאס איז דאך אין ימי הפורים, על אחת כמה וכמה אז מ'האט צוויי וואכן לפני זה, וואס דאס איז ראש-חודש ניסנה, איז דעמאלט איז דאך זיכער אז מ'איז גלייך ממלא, אז יעדער איד און אלע אידן, און אויך די אגונים, די פארשידענע ארגעניזאציעס, די אידישע, על אחת כמה וכמה די קהילות קדושות צווישן
- proofread
- 0