English
ספרייה
kind
paragraph
order
9I
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און ווי פנימיות התורה, צוזאמען אבער אויך מיט נגלה דתורה, וואס דוקא דעמאלט איז דאך א מצוה בשלימותה, אז ס'איז דא סיי די כוונת המצוה און סיי די עשיית המצוה, ועל דרך זה אין א ריבוי ענינים. ועל דרך זה בהנוגע צו תורה, וואס ס'ווערט דאך אנגערופן אוריאן פליתאי איז תורה בשלימותה איז, ווען אוריאן פליתאי גייט צוזאמען מיט אמת תליתאי ווערט דאס אן ענין פון ששה, ועל דרך זה אין אוריאן עצמו, איז דאך בדוגמא ווי יעדער ענין האט דאך דאס א גוף פון א נשמה, און וויבאלד אז דאס איז תליתאי איז תליתאי איז סיי אין גוף און סיי אין נשמה, ווי די ביידע ענינים שטייען אין תורה, במילא צוויי מאל תליתאי ווערט א הוכפל בו תליתאי ווערט דאס דעמאלט אן ענין פון ששה. ס'האט א שייכות מיוחדה, וואס ווי מבואר אין חסידות איז דאס מבאר בארוכה אין ריבוי מאמרים, ווי אזוי מדת היוסף איז דאס מדת היסוד, וואס דאס איז דער ספירה הששית.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים