English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

19 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ס'איז דאך כמוסחר לעיל איז פותחין בברכה פון ווינטשן יעדער אידן און אלע אידן, ובפרט אט די וואס זיינען דא בנוכח א גוט מועד, וואס סתם מועדים זיינען דאך לשמחה, על אחת כמה וכמה דער מועד דעתא, וואס דאס איז דאך דער חג הסוכות, וואס אויך חול המועד שבו ווערט דאך אויך אנגערופן מיטן זעלבן נאמען, חג הסוכות תעשה לך, וכמפורש אויך בקרא גלייך נאך דעם, אז דאס איז שבעה ימים, אז די אלע שבעה ימים האבן דעם זעלבן נאמען, ולא זו דלבד, נאר אויך ווי די גמרא איז מפרש, איז אויך דער יום השמיני גייט אויך אריין אין די טעג, וואס דערפאר איז שייך זאגן אויף אים אז ער איז א שמיני ווארום ער קומט בהמשך צו די שבעה ובמילא קומט אויך צו בהנוגע אז מ'זאגט גוט מועד אין אזא מין מועד וואס מתוך כל המועדים איז ער ניט זמן זכורתנו נוסף אויף מועדים לשמחה, און ניט זמן מתן תורתנו נוסף אויף מועדים לשמחה, נאר ס'איז אויך די הוספה אויף מועדים לשמחה איז אויך זמן שמחתנו, וכמדובר בארוכה אין די התוועדות שלפני זה.

2אויך א שייכות מיוחדה ליום זה, וואס דאס איז דאך דער יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, וואס בשעת מ'האט צוויי מאל יום השלישי שהוכפל ווערט דאס דעמאלט יום הששי, איז דאס אויך דער יום הששי פון ימי הסוכות, וכמדובר בארוכה אין די התוועדות פון שנים שלפני זה. יעדער ענין דארף דאך זיין, מאי נפקא מינה למעשה ווי מ'פרעגט דאך דאס אין שעת און א ריבוי פעמים, מאי בינייהו און מ'דארף ארויסברענגען אז דער בינייהו זאל זיין בנוגע למעשה בפועל, ביז להלכה בפועל, איז דאך פארשטאנדיק אויך בפשטות, הנפקא מינה למעשה איז, אז יעדער איד, בכל מעמד ומצב, סיי אין זמן און סיי אין מקום, ועוד יותר בנוגע צו מצבו הוא בעבודתו הוא איז יעדער רגע פון די אלע ענינים דארף זיין אין אן אופן פון הוכפל, וואס דאס האט א שייכות מיוחדה ווי אלע ענינים פון תורה האבן דאך א שייכות מיוחדה צו שלימות אין וועלט, און שלימות סיי אין זמן און סיי אין מקום אין וועלט, וואס דאס איז דאך פארבונדן אז דאס זאל זיין ווי טוב ועל פי הטובים,

3און ווי פנימיות התורה, צוזאמען אבער אויך מיט נגלה דתורה, וואס דוקא דעמאלט איז דאך א מצוה בשלימותה, אז ס'איז דא סיי די כוונת המצוה און סיי די עשיית המצוה, ועל דרך זה אין א ריבוי ענינים. ועל דרך זה בהנוגע צו תורה, וואס ס'ווערט דאך אנגערופן אוריאן פליתאי איז תורה בשלימותה איז, ווען אוריאן פליתאי גייט צוזאמען מיט אמת תליתאי ווערט דאס אן ענין פון ששה, ועל דרך זה אין אוריאן עצמו, איז דאך בדוגמא ווי יעדער ענין האט דאך דאס א גוף פון א נשמה, און וויבאלד אז דאס איז תליתאי איז תליתאי איז סיי אין גוף און סיי אין נשמה, ווי די ביידע ענינים שטייען אין תורה, במילא צוויי מאל תליתאי ווערט א הוכפל בו תליתאי ווערט דאס דעמאלט אן ענין פון ששה. ס'האט א שייכות מיוחדה, וואס ווי מבואר אין חסידות איז דאס מבאר בארוכה אין ריבוי מאמרים, ווי אזוי מדת היוסף איז דאס מדת היסוד, וואס דאס איז דער ספירה הששית.

4און אט דאס איז אויך אז מ'דארף מאכן דערפון א יסוד לכל הענינים כולם, אף על פי וואס לכאורה איז דאך דאס מדה הששית, במילא איז דאך דא לפני זה חמשה מדות, חמשה ספירות, לאחרי זה איז דאך אויך דא די מדה השביעית, די ספירי השביעית, ואדרבא ס'ווערט גאר אנגערופן בשם מלכות, ואין ענין יוצא מידי פשוטו, אז א מלך איז משכמו ומעלה גבוה פון כל הענינים וואס זיינען ארום דעם מלך, ביחד עם זה זאגט מען, אז דאס איז הוכפל בו כי טוב, האט דאך דאס א מעלה אין צוויי מאל ג', וואס דאס איז אויך פארבונדן במיוחד מיט קביעות פון שנה זו, כמדובר בארוכה אין די התוועדות שלפני זה, אז שנה זו טיילט זיך אויס דערמיט וואס די גלייך תחילת השנה הויבט זיך אן מיט צוויי מאל דריי, און אזוי אויך אין חגת הסוכות איז אויך דא צוויי מאל דריי, סיי די ערשטע טעג סוכות און סיי די ימים אחרונים של סוכות, משא נכן בשאר השנים, איז דאך אט דעמאלט די ערשטע ימים ראשונים איז דאך לאחרי זה א המשך אין יום השבוע סתם, ועל דרך זה די ימים אחרונים, משא נכן אין קביעות שנה זו

5דער המשך מעין ההתחלה, וואס אויך יום-טוב ווערט דאך אנגערופן מקרא קודש אז מ'רופט אהינצו אריין און מ'איז ממשיך דעם ענין פון שבת קודש מילה בגדמי, ועל דרך זה אפילו אויך אין חול המועד, זאגט מען דאך אויך, אז דאס איז מקרא קודש וואס דאס זאגט מען דאך דאך אין חול המועד אויך ביו יום-טוב איז מען מוסיף, און מ'זאגט אז דאס איז יום טוב אויך, אויך בחול המועד איז דא דער ענין פון מקרא קודש, און ווי דא אפגעטייטשט און סכר פשוטו של תיבות אלו, אז מקרא איז דער טייטשט אז מ'רופט אריין, ווי מ'איז אויך מפרש מפרשי המקרא, על פי פשטות, אז פארוואס זאגט מען אויף יום טוב מקרא קודש? דערפאר וואס מ'רופט אין אים אריין אויך די קדושה פון קודש מילה בגרמי, וואס דאס איז דוקא דער יום השבת. וואס יום-טוב איז דאך טאקע אויך אן ענין של קדושה, אף על פי כן קומט דאס ניט צו די קדושה פון שבת, וואס דערפאר איז דאך אויך מאכט מען דאך הבדלה צווישן שבת און יום-טוב, כמדובר בארוכה דער התוועדות שלפני זה, ס'איז קיין שאלה ניט פארוואס מ'מאכט ניט קיין הבדלה להיפך צווישן

6יום-טוב פון שבת, דערפאר וואס הבדלה איז שייך בין הכבוד מן החמור אלא הקל, משא'כ להיפך, וכמדובר בארוכה, אין די התוועדות שלפני זה. וואס דאס האט אויך א שייך מיוחדה צו קביעות בשנה זו, וואס דאס איז ביום השלישי שהוכפל בו, כמוזכר לעיל, און דאס קומט אויך בקשר וואס בשנה זו, כמדובר כמה פעמים, לייענט מען דעם ענין פון זאת הברכה אשר ברך משה, וואס ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז משה איז דאך דער ענין פון קודש און דער ענין פון תורה, מיט כמה ענינים פון וועלכע ס'איז פארשטאנדיק בפשטות, אז משה איז ענינו קודש, על דרך ווי משה קיבל תורה מסיני ער איז געווען דער מקבל הראשון, כמילא איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז דער ענין פון קודש בכל התוקף, והתחלה שבו והטהרה שבו, מיט אלע תוארים וואס מ'קען אויף דערויף זאגן. על דרך זה אויך ווערט נאכמערער מודגש בקביעות שנה זו, כמוזכר לעיל, אז די שנה הויבט זיך גלייך אן מיט ענינים של חזקה, ביז וואנענט אז מ'זאגט אז חזקה עצמה ווערט איבערגע'חזר'ט ג'פעמים, וואס דאס איז צוויי מאל א חזקה אין חזקה,

7עצמה ג'פעמים, בפרט אין חוץ-לארץ, איז דאך אויך די חזקה בפשטות דער ג'ימים רצופים פון דעם זעלבן תוכן איז דאס סיי אין ראש השנה בשבת שבה תוקף לאחריו, סיי בימים ראשונים פון ליום חגנו, די ימים ראשונים של חג הסוכות, וואס תוקף לאחריו קומט אויך דער ענין פון שבת פון חג הסוכות, ועל דרך זה אויך די ימים אחרונים פון חג הסוכות, קומט דאך אויך תוקף לזה דער יום השבת, וואס דערפאר איז דאך אויך ווערט דאך די גאנצע שקלא-וטריא, וואס טוט מען דערנאך מיטן פארברענגען פון מוצאי שמחת תורה, און כדי ארויס פון אלע ענינים וספיקות ומקד פורש מעשה וכו איז דאך כדי ארויס פון אלע ענינים איז דאך דבר הכי פשוט, אז דאס זאל מען אפלייגן די רוחניות הדברים, איז פארשטאנדיק, אז דאס דארף אפגעטאן ווערן בתכלית השלימות. ואדרבא, וויבאלד אז דערנאך קומט שבת, איז דאך על דרך וואס מ'זאגט בנוגע צו תקיע השופר אז ראש השנה שכל לעיות בשבת איז אין תוקם, איז דאס דערפאר וואס שבת פראוועט די תקיעות, איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת שבת

8אליין פראוועט תקיעות, הייסט דאך דאס, אז תורה אליין פראוועט תקיעות איז דאס בתכלית השלימות שלא בערך צו שלימות התקיעות וואס ס'ווערן געטאן על ידי בני אדם. וואס דערפאר איז אויך דער ביאור בזה, פארוואס במקום בית-דין, און בפרט נאך אין יבנה, ובפרט נאך בא מקדש שהיו תוקן אפילו בראש השנה שכל להיות בשבת, דערפאר וואס דארט איז דער שבת אין אן אופן הכי נעלה, וואס שבת אליין קען דאס ניט צושטעלן, מוז מען האבן דוקא למעשה ידיך תכסוף די תקיעת-שופר על ידי בן אדם, דאס דארף אבער זיין אזא בן-אדם וואס געפינט זיך אין אזא מעמד ומצב ווי אידן האבן זיך געפונען אין ירושלים, און ווי אידן האבן זיך געפונען אין יבנה, ווען דארט איז געווען דער בית-דין, וואס בית-דין איז דאך באלעבאס אויף כל הענינים, על אחת כמה וכמה אויף עניני זמן ומקום, ביז וואנענט אז זיי קעזאלן זיך משנה זיין די מולדות, די ראש חודש, ובמילא אויך די ימים טובים, וכמדובר כמה פעמים.

9וואס אף על פי וואס בפשטות איז דאך דאס פארבונדן ווי זמן שהיו מקדשין על פי הראי וואס דאס איז דאך געווען א משך זמן לאחרי חורבן בית-המקדש, איז נאך אלץ געווען דער ענין פון עתה וענייך תחיון בנותר איז נאך אלץ געווען דער המשך פון זמן שבית המקדש הי'קיים, משא נכן דערנאך, וואס דערפאר איז דאך אויך געווען דער ענין פון קידוש על פי הראי אז בית-דין בגלוי האבן געדארפט זאגן אויף ראש-חודש אז דאס איז מקודש מקודש, און דוקא דעמאלט איז דאס געווען אן ענין בשלימותו, משא נכן לאחרי זה, ווען דער אדם איז ניט אין דעם אופן השלימות, על דרך ווי דער אדם וואס איז ניט בבית המקדש ממש, איז דאך וואס דעמאלט איז בשבת איין תיקון, און ניט מ'זאגט, אז ס'פעלט חס ושלום דער ענין פון תקיעת שופר, דאס מוז זיין בכל שנה ושנה, ובפרט נאך אז ווי ס'זאגט דאך אז תקיעת שופר איז מען דאך מסביר, אז דאס איז א סימן, אז מ'איז מקבל אויף זיך מלכותו יתברך און נאך מערער, ניט נאר מקבל אויף זיך מלכותו יתברך נאר בשעת וידקו בשופר דורך דערויף ווערט דער מלך מלך כמדובר

10בארוכה. וואס על דרך זה אויך איז בהנוגע צו ראש-השנה, כולל אויך דער ראש-השנה וואס קומט דער ראש-השנה שכליות בשבת, וואס מעין זה איז דאך אויך דא אין דער ראש-השנה, אין דער שנה וואס דער שבת קומט תיכף לאחרער אין ראש-השנה, איז דאך בשבת ויכולו השמים וארץ וכל צבב ד'ששי ימים שלפני זה, שטיין אין אן אופן פון ויכולה און שלימות, מיט אלע פירושים שבדבר. על דרך זה בשנה זו, וואס ראש השנה איז געווען חל בשבת, בחמשה בשבוע ובששה בשבוע, און אזוי אויך דער חג הסוכות איז דאך אויך די ימים ראשונים איז דאך אויך חלין ביום החמשה וביום הששי, און דערנאך קומט גלייך דער שבת שלאחרי זה, און צוזאמען מיט אלע ענינים פון שבת, על אחת כמה וכמה דער ענין הכללי פון ויכולו השמים והארץ וכל צבם וכל הענינים שנעשים בששה ימים שלפני זה, כולל אויך ווען אין די ששה ימים איז דער יום החמישי ויום הששי פון ראש השנה, אדער פון די ערשטע טעג פון סוכות,

11אדער פון די ימים אחרונים של סוכות, וואס אין דערויף דארף מען דאך ניט מאריך זיין, וויבאלד אז מ'איז אחכלו בכל יום שיבוא, איז דאך אט דעמאלט וועט זיכער דער אויבערשטער מקבל זיין תפילת עמו ישראל, און נאכמערער ברחמים, וועט דאך זיכער זיין דער ביאת משיח צדקנו נאך בחול המאוד זה, במילא וועט דאך דעמאלט זיין לאחרי זה, די ימים אחרונים, וועט דאך זיין יום אחד דער יום חמישי, און דערנאך וועט זיין אן אסרו חג און דערנאך וועט זיין דער שבת בראשית, וכמדובר בארוכה אויב ס'וועט דעמאלט זיין דער דין, אז מ'וועט לייענען בראשית באזונדער, מ'וועט ניט יוצא-זיין, ויצטער לייענט מען דאך בראשית אין פרשה אין שמחת תורה, קומט דאס אבער ניט צו לייענען בראשית אין שבת פרשה בראשית, כמדובר לעיל. ועוד והוא העיקר, מ'האט דאך גערעדט, אז אין רוחניות הענינים דארף דאך זיין בשלימות אפילו אין חוץ-לארץ, ואדרבא ניט נאר אפילו אין חוץ-לארץ, אז וויבאלד אז דארט פעלן די ענינים בגשמיות, דארף דאך זיין ונשלמה פרים שפתינו איז דאך פארשטאנדיק, אז שפתינו וואס דאס האט אונז אפגעגעבן אין אונזער בעה'ב טישקייט דארף זיין דער ונשלמה

12פאר אים, ניט נאר אויף באצאלן כמו שהם, נאר אויך פון אויך פון לשון שלימות, אז די הקרבת הקרבנות וואס טרוען זיך אויף ברוחניות, דערפאר וואס דאס איז שבת, על דרך זה די עבודות וואס טרוען זיך אויף ברוחניות, דערפאר וואס דאס איז שבת, דארף מען זיי ניט טאן בגשמיות, וואס כולל בזה איז דאך אויך געווען די שמחת בית השואבה, בזמן שבית המקדש הי'קיים, וואס דעמאלט האט מען דאך דארטן תוקע געווען בשבת, און מ'האט אויך געפראוועט כמה ענינים וואס זיינען בחוץ-לארץ טוט מען דאס ניט מצד שבת, משא'כן דער ענין פון שמחת בית השואבה, איז דאך אויך האט מען דאך דאס אפגעלייגט אין דוחה לא שבת ולא יום-טוב ולא עיר, דערויף זאגט מען דאך אויך אז שמחת בית השואבה בזמננו זה, וואס דעמאלט איז ניט שייך דער חשש אויף א דבר בלתי-רצוי, וויבאלד אז בלאו הכי מאכט מען דאס ניט בחליל ובכלי זמר וכיוצא בזה, און אויב מ'מאכט דאס יא איז דאס בתורה הוספה ניט דאס איז דער ענין העיקרי שבדבר, משא'כן בזמן שבית המקדש הי'קיים-אט דעמאלט מוז מען פראווען

13שמחת בית השואבה אויך בשבת און אויך בימי היו מ-טוב וכו וכמדובר בארוכה אין די התוועדות שלפני זה, וואס זיכער האט מען דאס אויך מקיים געווען בפועל, און מ'האט מוסיף געווען מיום ליום אין די שמחת בית השואבה, כולל אויך אין דעם צווייטן טאגן יום-טוב, לגבי דעם ערשטן טאגן יום-טוב, און דעם דריטן טאגן יום-טוב וואס איז געווען ביום השבת, לגבי די ביידע טעג לפני זה, און דאס ווערט גאר אויך דער ענין פון חזקה, דאס איז דער דריטער טאג, און דערנאך איז מען מוסיף אויף דער חזקה, חזקה למעלה מחזקה, וכמוזכר לעיל בית פעמים ג'ווערט דאס דער יום הששי, ועל דרך זה ג'פעמים ג'על דרך ווי די ברכות פון ראש-השנה, דארף דאך דאס זיין דריי ענינים פון מלכי זכרונות ושופרות, אף על פי כן זאגט מען בפשטות ובדיבור, אפילו כשחל בשבת זאגט מען דאך ט'פסוקים, און דער פסוק העשירי בתוך תוספות, כמבואר בארוכה אין שס, ועוד והוא העיקר, אז מ'זאל רעדן וועגן אט די אלע ענינים בהמשך להתוועדו זו, אין אזא מעמד ומצב וואס ס'וועט שוין זיין נאך לאחר תקבו, שופר

14גדול וחירותינו וואס אין דערויף איז דאך ניט דא קיין הגבלות, און תוכף ומיד אז דער אויבערשטער איז ממלא רצונו, און ממלא רצונו פון כל אחד ואחת מישראל, אנשים נשים וטף, וואס אפילו טף בענקט זיך אויך אז ס'זאל שוין זיין די גאולה האמיתית והשלימה, איז ער ממלא אז ס'זאל זיין דער ג'פעמים ג'און ס'זאל זיין דער תקעבד ושופט גדול וחירותינו בעבר, במילא קען דאך דאס אויך זיין אויך ברגע ממש, ברגע זה ממש, על כל פנים ברגע שתוקף לאחר זה, און גלייך נאך דעם תקף, בשופט גדול חירותינו איז דאך מה דאך א בשופר סתם של הקב",ה פירט זיך אויס גלייך וואס דער אויבערשטער וויל, וויבאלד אז ער איז די תוקע בשופר, על אחת כמה וכמה ווען דער אויבערשטער לאזט בשופט גרדון לחירותינו וואס דאס איז דאך דער פירוש הפשוט פון דער תפילין בקשה, אז ווער זאל זיין דער קב ושופט גרדון לחירותינו ולא נאמר מיהו התוקע, דערפאר וואס מ'דארף ניט זאגן ווער דאס איז, און מ'גיט זיך א קר איז מלוכה לארץ כבודו, ובפרט במי ראש השנה, וואס הויבט זיך דאך אן מיט קבלת מלכותו יתברך, שטייט דאך דעמאלט דער הוי'מלך גויות לבוא

15ביתר שאת וביתר עוז, כמדובר בארוכה. עוד והוא העיקר, אז זיכער וועט מען מוסיף זיין נאך אין די התוועדות בשנה זו, אין די התוועדות פון שמחת בית השואבה פון לילת זה, בכל מקום ומקום, על אחת כמה וכמה די וואס פארן ארויס פון דער שטאט, וואס דאס איז דאך די שטאט וואו נשיא דורנו איז אויפגעווען די עשרה שטאט שנים אחרונים בחיים חיותו בעלמא דין, און דארטן אויפגעטאן די ענינים פון תורה עבודה וגמילות חסדים, איז דאך דאס געווען אין אן אופן אז דאס זאל נמשך ווערן בכל העיר כולה ובכל המדינה כולה ובכל המדינות כולם, און נמשך ווערן אויך, נוסף אויף א המשכה במקום, אויך אין המשכה בזמן, על כל השנים שלאחרי זה, ובפרט אז די שנה שלפני זה, און שנה שלפני לפני זה, איז דאך געווען א שנת הקריל, ולאחרי זה די שנת פון תשמודי יתיך, ולאחרי זה די שנת פון תה'שנת ניסים, און מ'איז שוין אריין די שנת פון תה'שנת ארענו נפלאות, זאל זיין תיכף ומיד דער ארענו זען בעיני בשר

16וברעי'חושית מוחשית, וכבר הי'ל עולמים בזמן מתן-תורה, ס'זאל אויך זיין תיכף ומיד דער תורה חדשה מאיתי תצא, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז דאס איז א תורה חדשה, ומכל שם וקל וחומר, מדריך אז בעניני מצוות התורה מוז זיין דוקא דער ענין פון שמחה וטוב לבב, על אחת כמה וכמה, ס'איז דא א תורה חדשה, דארף זיין אין יעדער ענין פון יעדער שמחת בית-השואבה בלאו הכי אן ענין פון שמחה חדשה, כדי ס'זאל זיין א שמחה אמיתית, וואס דאס פארלאנגט זיך אויף פנים חדשות, כבדובר בארוכה אין די התוועדות שלפני זה, ואיידע אז ס'זאל זיין ווי אויך ווי מ'זאגט אין דער זאת הברכה אשר ברך משה, וואס התורה היא נצחית און דאס ווערט דאך דאך לעיני כל ישראל יעדער חלק פון דער פרשה איז דאך די גאנצע פרשה, אנהויבנדיק מתחילתה וזאת הברכה, ביז לעיני כל ישראל איז די גאנצע פרשה אין סיומה לעיני כל ישראל, איז עוד והוא העיקר, אז נוסף אויף דער החלטה אויף מוסיף זיין אין שמחת בית השואבה פון שנה זו פון לילה זה, וואס דאס איז דאך דער לילה פון ליל השלישי

17הוכפל בו כי טוב, און אין וועלכע שבוע? פון פרשה זאת הברכה, וואס זי איז אויך ניט הוכפל, נאר נשלש דריי מאל, כמוזכר לעיל. ועוד והוא העיקר, אז ס'זאל זיין תיכף ומיד די וזאת הברכה השברך משה, אז בא יעדער אידן בתוך כלל ישראל, און דערנאך בתוך כלל ישראל צוזאמען מיט יעדער אידן, זאל מקויים ווערן די אלע ברכות ווי זיי ווערן אויסגערעכנט אין פרשה וזאת הברכה, און אויסגערעכנט אין אן אופן מסופר, אז מ'לייענט דאס דריי מאל, ווערט דאך דאס א חזקה, און ג'פעמים דחזקות, כמוזכר לעיל, ועוד והוא העיקר, אז מ'וועט אויך געבן איצטער א שליחות נוספה צו שמחת בית השואבה, די ענינים פון צדקה, בהוספה אויף דערויף וואס מ'האט געגעבן פריער במשך היום פון יום שני, ס'איז דאך אבער געווען דער יום שני מיט די אושפיזין, וואס זיי זיינען דער עיקר אין יום שני, כמוזכר לעיל, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון צמח צדק און דער ענין פון אהרן הכהן, כמוזכר לעיל, און מ'גייט אריין אין דעם ענין פון יוסף, און יוסף הוי'שנית ידו אז ס'זאל זיין דער ענין אויך פון יצחק, וכמוזכר לעיל, און ס'ווערט דערנאך אויך

18תיכף ומיד ממור, ובפשטות, בפרט נאך על ידי וואס יעדערער וועט מען נאך צולייגן צו דער צדקה מדילי, אף על פי וואס צדקה אין בלילה פאסט דאך ניט, איז דאך במה דברים אמורים ווען ס'איז ניטא דער עני וואס מאנט דאס, על דרך זה אויך, אויב ס'איז דא א גאבא צדקה, און ער זאגט אז ער איז דער בא-כח פון דער עני און דארף דאס גאר ניט זאגן, ווארום ער איז מפורסם געווארן שוין, אז ער איז דער גובר מאות לצדקה אט דעמאלט איז האט ער אויך די חזקה, אז זיכער וועט ער ממשיך זיין אזוי, און נאכמערערער ער וועט מוסיף-זיין בזה, און נאכמערער מוסיף-זיין אין אן אופן של חזקה. עוד והוא העיקר, כמוזכר לעיל, אז לעיני כל ישראל זאל מען האבן גלייך אין אן אופן פון זאת הברכה, מראה באתבעי ואומר זה ואומר זה, וז, און אויך זען בעיני בשר, ובהראי'מוחשית, ווי אזוי משה רבינו, גואל אחרון הוא גואל ראשון משה רבינו, שלחנה ביב תשלח און דאס איז מילוי בקשתו, וועט מען אויך זען ווי אזוי משה בענטש פון דאסניי, אבער בתוספת, ובשמחה הכי גדולה, ס'איז דאך ניטא קיין גרעסערע שמחה פאר ארי ישראל

19אמיתי, ובכלל פאר א רואה ישראל, ווען ער קען בענטשן צאן מראיתו, ווי מ'האט דאס אויך געזען אין נשיא דורנו, ששמו הראשון יוסף, און אין אן אופן אויך פון שמחה, וואס דאס איז דאך דער שמו השני הבא בהמשך לזה, דער שם פון יצחק, און די שנת הצדקה זאל אויך מוסיף זיין בכל ענינים אלו, אנהויבנדיק דערפון וואס מ'וועט מוסיף ביתר שאת וביתר עוז אין שמחת בית השואבה פון לילה זה, און טאן דאס אין אזא אופן אז מ'זאל זאגן אויף דער לילה, אז מי שלראה שמחת בית השואבה די נאכט, אין ברוקלין און אין יו-יארק און אין די אלע שטעטלעך וואו מ'איז געפארן בא�וכן אידן אויף זיי משמח-זיין מיט שמחת בית השואבה, נוסף אויף דער שמחה פון זמן שמחתינו, און ס'זאל זיין די הוספה הכי עיקרית והכי פשוטה והכי נחוצה והכי פנימית, די שמחה פון ביאת גואל ראשון הוא גואל אחרון און ביאת דוד מלכא משיחא, תיכף ומיד ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים