English
ספרייה
kind
paragraph
order
9p
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פון רבי'ן דעם שווער, ד'אמות של תורה תפילה וצדקה, און ד'אמות אין זמן פארבונדן מיטן זמן פון חודש תשרו, זאגט מען אים, אז בשעת ענדיקט זיך אט דעם זמן, דארף ער וויסן זיין, אז איצטער האט ער א ציווי להעלות בקודש, אז דאס האט נאך א שטארקערע און א העכערע דרגא אין עבודת ה דוקא דערפאר וואס בגלוי איז דאס פארבונדן מיט נייע נסיונות און פארבונדן מיט נייע שוועריקייטן, און ער האט נאך מיטגענומען בא זיך כוחות נוספים אויף קענען איבערקומען די אלע שוועריקייטן אויפן לייכטסטן אופן, און אויסנוצן זיינע אלע כוחות אויף נאכמערער אויפטאן אין פארשפרייטן אידישקייט, און מקיים זיין ואהבת לרחה כמוך, וואס דאס איז כל התורה כולה, ביז פארשפרייטן המעיינות חוצה, כמדובר כמה פעמים. און אט דאס אונטערשטרייכט דער שיעור אין חומש וואס איז פארבונדן מיט יום הרביעי, וואס אין ראש חודש חשון איז דאך אויך דא די ביידע אופנים, ווי חשון איז פארבונדן מיט חודש תשרי, און דעמאלט איז גאר דער עיקר חודש תשרי, וואס דערפאר איז דאך דאס אין די ציילונג פון די טעג פון חודש תשרות, שלשים לחודש תשרו, דערנאך דער צווייטער טאג ראש-חודש, וואס דאס איז יום ראשון פון חודש חשון, וואס דאס איז דאך דער יום הרביעי אין וועלכן מ'געפינט זיך איצטער, און אט דעמאלט זאגט מען אן, אז אף על פי וואס דוקא דער יצר טוב קען קומען צוגיין מיט א טענה, אז וואס אל תביינו לדוב נסיון, וואס איז פאר אים די תכלית פון דער עבודה פון הפצת המעיינות חוצה דוקא, וכיוצא בזה מפיץ זיין אידישקייט אין אן ארט וואס ביז דעמאלט איז דאס דארט ניט געווען, אדער געווען אין א שוואכן אופן, און ער זאל ארויסגיין פון בית הכנסת ובית המדרש, טאקע נאכדעם ווי ער וועט דאווענען בציבור און לערנען בציבור, און געבן צדקה פאר'ן דאווענען
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים