Paragraph
Paragraph rh-c3ke55cx
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-qvkrbrka
- order
- 5
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מ'האט דאך שוין א נייעם יאר, אנהויבנדיק פון ראש השנה, און דאס איז שוין א טאג אין דעם יאר, יום בשנה חשוב שנה, במילא האט מען דאך שוין א זמן און א נתינת-כח מלמעלה, אויף אפשאצן די כוחות וואס דער אויבערשטער גיט יעדער אידן און אלע אידן, ובפרט אין א זמן סגולה, א זמן וואס ווערט תורה רופט אים אן בשם ראש השנה, אז דאס האט דערנאך א מאכט און דאס פירט אן מיט א גאנצן יאר, און דער ראש השנה איז דאס פארבונדן מיט אילן, וואס דאס איז דאך אויך בגימטריא די שמות קדושים, כמדובר כמה פעמים, און אויך בפשטות דאס אונטערשטרייכט בא יעדער אידן, את העולם כולו נתן בלבם אז יעדער זאך וואס א איד זעט, ובפרט לויט תורת הבעל שם טוב, דארף ער דערפון ארויסנעמען א הוראה בהנוגע צו פעולתו, וואס ער דארף אויפטאן אין תפקידו בעולם, וואס אני נבראתי לשמש את קוני אז ער דארף מאכן פון דער וועלט א באתי לגני כידוע די אריכות אין דעם המשך פון בעל ההילולא, פון יו ד שבט, וואס ס'איז דאך געווען מיט א פאר טעג צוריק, אז די גאנצע וועלט רופט דער אויבערשטער אן בשם גני וואס בפשטות איז דאך אויך פארבונדן אן ענין מיט סמיחה, און א סמיחה פון דעם אמת'ן גן עושה פירות טובות, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, ובפרט נאך לויט מנהג ישראל וואס תורה הוא, אז פירות וואס מ'עסט אין ראש השנה לאילנות איז מען מהדיר, אז ס'זאל זיין פון פירות שנשתבחה בהם ארץ ישראל דערמאנט דאס אויך יעדער אידן אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל זיך ניט געפינען דעם ענין פון ארץ ישראל, און ווי חסידות טייטשט דאס אן, אז דאס איז א לאנד וואס געהערט צו יעדער אידן די גאנצע לאנד אינגאנצן, אף על פי וואס על-פי נגלה איז דאך דא אין דערויף די צוויי דיעות, אז יעדער איד האט א חילוק אין ארץ יש
- proofread
- 0