עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-c2mzba0b

kind
paragraph
order
36
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז דאך ידוע ומפורסם מעמד תורתנו הקדושה, להי'ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכיפורים, און וואס דא איז מען גלייך מחבר צוויי טעג וואס לכאורה זיינען זיי גאר פאנאנדערגעטיילט צווישן זיך מן הקצה אל הקצה, מצד עצמו, איידער מ'האט דאס קובע איז געווען די רבנן פאר א יום-טוב חמשה עשר באב, איז ער ניט אויסגעטיילט פון ימות כל השנה, ווי די גמרא אליין דערציילט, אז מ'זוכט סיבות, מאי יום טוב דער טאג, און די סיבות האבן ערשט דאך געטראפן זיך במשך הזמנים וואס איז געווען לאחר מתן תורה, משא'כן יום הכיפורים, איז דאך דאס ימים מקודשים על פי התורה, מן התורה, זיינען דאס אויך א יום וואס ווערט אנגערופן יום הקודש, קודש הקדשים, ביז וואנענט אז מ'זאגט אויף אים אז ער איז אחת בשנה, און דא שטעלט מען זיי ביידע צוזאמען, און מ'שטעלט זיי ביידע צוזאמען אלס א געגנזאץ, אלס אן אויפטו בהנוגע צו כל ימות השנה, כולל ימים טובים שבשנה.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions