Paragraph
Paragraph rh-c1hmp45q
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-8thzn1y7
- order
- TA
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- יום אות איז אויך דא דער גדול כח הציבור און כח הרבים און זכות הציבור און זכות הרבים, כמדובר כמה פעמים. און מ'האט אויך די ימי סגולה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון ימי פון ספירת העומר, וואס מ'גייט אלץ מחיל אל חיל, און מ'האט אויך גלייך די הבטחה, אז מ'האט שוין אין דערויף נכלל, אז מ'וועט זיכער אנקומען צו שער החמישים און אין אלע דרגות שלא, כמוזכר כמה פעמים. און אין דעם אלעם אין אן אופן ווי צדקה טוט-אויף וואס דאס איז מזרז עניני גאולה, און מזרז כל עניני טובה ומצוות, תורה ומצוות, און כל עניני טובה וקדושה, אז ס'זאל זיין נאכמערער זירוז און נאכמערער זירוז, ביז ס'וועט זיין אין אן אופן אז כהרף עין קומען אויף אלע גוטע זאכן, און נאך מערער, אז לא עיקרא מאפילו כהרף עין אויך ניט, און מ'האט גלייך די אלע ענינים האמורים אין אן אופן של מזומן ממש, און אין אן אופן וואס איז אויך כולל דער ענין הכתר אין די ביידע זיינע דרגות, וואס דאס איז דער ענין פון חמישים אין ביידע דרגות, כמוזכר כמה פעמים, און דאס ברענגט אויך גלייך אראפ בפועל ממש, ביז אין אן אופן וואס לא ייכבן, אפילו כהרף עין, און ס'קומט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ביז וואנענט אז בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו ארו אים עננם שמיא, טרעפט מען זיך אלע, בארצנו הגדושה, און דארטן גופא, אף על פי וואס יעדערער איז דאך פארבונדן מיט זיינע פעולות און זיין שליחות בעולם, כמדובר כמה פעמים, אזוי ווי מ'פארט זיך פאנאנדער, פארט זיך דאך יעדער תחת גפנו ותחת אונשו, במילא דארף ער דאך דאך גרייטן יעדערער צו א באזונדער ענין, וואס דאס איז שונה אין דעות-אין שוות און אין פרנסתם שוות.
- proofread
- 0