Paragraph
Paragraph rh-c0s6jasc
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0e9xx3px
- order
- gl
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- האט ער אויך דעמאלט די ראשית העבודה שלו, ווערט דאס שלו און דאס איז פארשטאנדיק בפשטות, ער האט דאך דאס שוין געהאט דעם ראשית, ער האט אבער אויך, און ווערט אויך, באלעבאס, אויפן אחרית, אז דער אחרית איז אויך שלו, און נאך מערער, אז ס'ווערט ביידע ענינים צוזאמען, אז דער אחרית וראשית איז דאס שלו, על דרך ווי אין דעם נאמען אחשורוש, שטייען דאך ביידע ענינים אין דעם זעלבן ווארט און אין דעם זעלבן נאמען, און ס'ווערט דערנאך א דרשה און א פירוש אין תורה אור, אין תורה שבעל-פה, וואס דאס איז דאך ליהודים אותה אורה זו תורה, וכמדובר כמה פעמים ווערט אויך בא יעדער אידן אז ער ווערט באלעבאס אויף זיין אחרית, ווארום ער איז שוין באלעבאס אויף זיין ראשית, טאן אין זיין ראשית אין אן אופן אז שוין דעמאלט איז געווען כלול אז ער האט געטאן דעם ראשית באופן כזה, אז ער זאל זיין זיכער אז דערנאך וועט זיין דער המשך הדרוש ובאופן הדרוש, און ס'וועט זיין אויך ביז דער אחרית שוין המשך לאחריו, און ער דארף זיך אומקערן נאכאמאל צו דעם ראשית, וכמדובר כמה פעמים,
- proofread
- 0