פסקה
פסקה rh-c04x6z1k
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-74x63283
- order
- M
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אויך אויף דער רב פון די אלע זיבן טעג וואס זייער ענין איז זמן שמחתנו איז דאס שוין דער רב פון דעם טאג, און ווי איר זעט דאך אויך אין נייער הנהגה, וואס אזוי פירן זיך אויף מענטשן בכלל, ובפרט נאך עם חכם ונבון דער אידישער פאלק, צו וועלכן איר געהערט און וואס מ'האט זיך געהאדעוועט אויף צו אויסוואקסן ווי אידן דארפן וואקסן און האלטן אין וואקסן אין דעם און ווערן אלץ שטארקער און לעבעדיקער און פריילעכער האט מען שוין דעם רב פון דעם חג הסוכות שטיין שוין אין דעם פערטן טאג, און מ'האט שוין די דריי טעג שוין געפראוועט, און אויך פון דעם פערטן טאג האט מען שוין אויך נאך האלבן טאג, און מ'האלט שוין נאך תפילת מנחה, ווי דערמאנט און געדאווענט ערשט פריער, האט מען דאך א דרייענדיקן מאל דריי מאל פון דעם זמן שמחתנו, וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז בשעת מ'טרעפט זיך אין דעם טאג און מ'דערמאנט זיך אויף אט די אלע דערמאנטע זאכן נעמט מען מיט אויפן גאנצן יאר, אז דאס זאל זיין פארבונדן מיט א שמחה פארבונדן מיט תורה
- proofread
- 0