עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-bw3f79g3

kind
paragraph
order
NF
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אז זיי פירן דאס דערנאך דורך בפועל, און ס'איז אויך א זיכערע זאך, על דרך ווי מ'זאגט אפילו אין גשמיות'דיקע זאכן, אז מי שיש לו מנה רוצה מאתים בשעת מ'זעט אז מ'האט מצליח געווען אין א פעולה טובה, איז דאס גופא גיט-צו א חושק גדול, א שטארקן רצון, אז מ'זאל וועלן טאן נאך צוויי מאל אזויפיל, ובפרט נאך אז ער טוט צוויי מאל אזויפיל, און מ'זעט ס'איז א גוטע זאך, ער האט אויפגעטאן באגנוגנט ער זיך ניט מיט זיינע דערגרייכונגען אין דעם טאג אדער אין דער שעה, און וויל טאן צוויי מאל, צוויי מאל אזויפיל ווי גערעדט מערערע מאל. און ס'איז זעלבסט-פארשטענדלעך, אז דער אויבערשטער בלייבט ניט חס ושלום קיין בעל-חוב, ווי מ'זעט דאס אויך, להבדיל, ביי א גוטן געשעפט-סמן, אז כדי ער וויל אז מ'זאל האבן צו אים צוטרוי, און מ'זאל פאלגן ווי ביי אים קומט אויס, זעט מען, אז ער זאל ערוועקן צוטרוי, אז דאס וואס ער איז מבטיח איז ער מקיים, און איז מקיים ניט אין אזא מין אופן אז מ'דארף אים דערמאנען אויף דערויף, אדער מאנען ביי אים וכו נאר ער גיט דאס פון זיך אליין, וואס דערפון זעט מען דאך אויך די הנהגה אין אמת'ע געשעפט סלייט,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions