English
ספרייה
kind
paragraph
order
Z
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","edited":true}
content
ניט געהאט די מעגלעכקייט צו באשטעטיקן יעדערן בפני עצמו, באשטעטיקן דאס אי צטער ברבים, אז ס'איז זיכער שליח עושה שליחותו, אז מ'האט דאס אפגעשיקט דורך א [בי'דער?] של מלכות בכל מדינה ומדינה, איז דאך חזקה על פי הלכה, אז ס'איז אנגעקומען צו דעם צו וועמען מ'האט דאס אויך געשיקט, און דאס גופא וואס מ'האט אים געשיקט איז א סימן, אז ער האט א חזקה, אז מסתמא וועט דאס איבערגעבן צו נשיא דורנו, דורך מיטנעמען אט די הודעות אויפן ציון, ועל דרך זה אויך די קריאות פון די פדיונות. וואס דערמיט באווארנט מען אויך אויף להבא, אז אף על פי וואס מ'זאגט אז כדי להוסיף ס'זאל אנקומען לייכטער די הבאה בפועל, וועט דאס זיין דורך דערויף וואס מ'וועט וויסן, אז מ'דארף מודיע זיין נאך פאר שבת, אז ס'איז אנגעקומען אט די הודאה און די ידיעה, און דערפאר שרייבט מען נאך פאר שבת, אז מ'האט געמאכט אט די החלטות, און די החלטות שבאשטייען בפרטיות בהנוגע צו תורה כך וכך, און בהנוגע צו צדקה כך וכך, און בהנוגע צו כללות ענין המצוות, וואס דאס איז מצות סתמא טאקע צדקה, איז דאך אבער דא כללות ענין המצוות, האט מען געמאכט די החלטות כך וכך, וברוב עם, און אין אן אופן פון והחלצו איז א זיכערע זאך, אז הקב"ה עוזרו און הקב"ה איז מסייע, און נאכמערער, אז הקב"ה נעמט אויף זיך די גאנצע טרחה און ס'קומט אן אויף א לייכטן שבת'דיקן אופן, אז "כל מלאכתך עשוי'" און ער טוט מצד עונג מקיים אט די אלע החלטות, כמדובר כמה פעמים, דער חילוק פון מלאכת שבת ביז צו מלאכת פון ימות החול, אז דאס איז א מלאכה של עונג, ווי דערמאנט כמה פעמים די דוגמא, וואס דער [בשעה?] תורה גיט א דוגמא, אז תורה ומצוות איז דאס אבנים טובות ומרגליות איז זעלבסט-פארשטענדלעך, אז מ'האט מערער אבנים טובות ומרגליות, דארף מען האבן מערער אויף זיי אריינברענגען אין דעם [לרשות?] דארף מען האבן מערער, אין השתדלות, ביז אין אן אופן אז מ'דארף גאר האבן מערער יגיעה, אף על פי כן זעט מען אין טבע בני אדם לאו דוקא פון א
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים