עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-bnns92aa

kind
paragraph
order
6
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אזוי ווי מ'רעדט זיך לעצטנס וועגן ענין פון הקהל, וואס הקהל איז דאך ווי דערמאנט און באוואוסט אז מ'קלייבט צוזאמען אידן און מ'דערציילט זיי וועגן מקיים-זיין דעם אויבערשטנ'ס מצוות איז דאך פארשטאנדיק, אז די וואס זיינען ערשט געווארן בר-מצוה, אדער די וואס דארפן ווערן בר-מצוה אין די נעקסטער צייט, איז צו זיי במיוחד האט געווענדיק דער ענין פון הקהל, אז זיי זאלן זיך צוגרייטן, און צוגרייטן די אלע ארום זיך אויף זיי באווייזן א לעבעדיקן ביישפיל, ווי אזוי מ'דארף לערנען תורה און מקיים זיין מצוות פון דעם אויבערשטן, און מקיים זיין אויך אין אן אופן פון הקהל, אז ווען ס'קומט צום דאווענען זאל זיין תפילה בציבור, אויך ווי דער אלטער רבי שרייבט, אז ווען מ'לערנט זאל א טייל פון לערנען אדער דעם גאנצן לערנען זאל אויך זיין מיט חברים, און אזוי אויך איינווירקן אויף דעם גאנצן קול ארום זיך, דורך באווייזן א לעבעדיקן ביישפיל ווי אזוי א איד דארף זיך פירן אין טאג-טעגלעכן לעבן, סיי שבת סיי יום-טוב סיי חודש תשרה סיי א גאנץ יאר.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions