Paragraph
Paragraph rh-bn62cv60
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-ckjgrz09
- order
- b
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- תפשט, אז א בר-מצוה אדער א בת-מצוה אין דעם טאג ווען זיי ווערן בר-מצוה אדער בת-מצוה, אדער אויב דאס איז שבת און יום-טוב א טאג פאר דעם און א טאג נאכדעם, זיינען זיי מוסיף אין ענין הצדקה שלהם בתוך שאר ענינים טובים, און באווייזן אויך אין דערויף א דוגמא חייו, און ווירקן אויך איין אויף אנדערע בר-מצוות און אנדערע בת-מצוות, אז זיי זאלן אויך אזוי טאן קומט דאך אלץ מערער צו טוב אין דער גאנצער וועלט, על אחת כמה וכמה טוב אמיתי בגלוי, און פארבונדן מיט תורת אמת בא יעדער איד און בא אלע אידן, נאך בא די בר-מצוה ובת-מצוה, און זייערע משפחות און די מחנכים ומחנחות, בפרט נאך כאמור, אז זיי נעמען אויך אן אט דעם מנהג, קומט דאך צו נאך אן אן עקסטרע צדקה, סיי פון דעם בר-מצוה סיי פון די בת-מצוה, ובפרט נאך אז ווי ס'איז כרגיל, אז אויך זייערע עלטערן און זייערע מחנכים זיינען אויך מוסיף אין מצוות בכלל און אין מצות הצדקה במיוחד, און די אלע צדקות ומעשים טובים צוזאמען פאראיינציקן זיך אלע צוזאמען מיט א יחוד אמיתי, וואס דאס מאכט נאכמערער בגלוי דעם יחוד אמיתי און דעם קירוב און דעם יחוד אמיתי פון יעדער איד און אלע אידן, אז דאס פועל'ט אויך דער איחוד אין דער גאנצער וועלט, אז והיות הוי'אחד ושמו אחד שטייט דאס אויך בגלוי, דורך די מעשים טובים וואס זיי היילן צו, אז דאס זאל קומען אלץ פריער און שנעלער, ובשמחה ובטוב לבב, און מ'איז אלע צוזאמען זכר בתוך כלל ישראל, תיכף ומיד ממש,
- proofread
- 0