Paragraph
Paragraph rh-bk5asqh2
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-crw7evdr
- order
- n
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בגלוי אויך ממש, אז מ'טאפט דאס אן מיט עיניים גשמיות און ידים גשמיות. און דאס מאכט אויך, אז כל הענינים פון קדושה און פון אידישקייט, ביז דער חיי יום יום פון יעדער אידן און פון אלע אידן, זעט מען ממש אפילו ניט-אידן, ווי אזוי זיי ווערן געפירט און ווערן דורכגעפירט בתכלית השלימות, ווי דער אויבערשטער וויל, ביז אז דאס ווערט א דירה לו יתברך, אף על פי וואס דאס רעדט זיך וועגן ענינים תחתונים, וואס ס'איז נאך דא תחתונים און שבעים אומות העולם ווערט אויך בא זיי דורך אידן והיתה להוי'המלוכה, דורך מלך המשיח יבוא ויגאלנו, און מ'גיין אלע צוזאמען לאחצנו הקדושה, כאמור, און דארף גופא אין ירושלים און הר הקודש און בית-המקדש. ובמיוחד, אז מ'נעמט אן אט די שליחות צדקה, און מ'איז זי מקיים בהקדם ובהוספה כל חד וחד לפון שיעורי גילוי פון די אייגענע געלט, וואס יכול לקנות חיי נפשו, און ער גיט דאס אפ אויף אן ענין של צדקה, דערפאר וואס אזוי וויל דער אויבערשטער נעמט ער דעם אויבערשטן און זעט, און דורך דערויף ווערט נאכמערער צוגעהיילט, אז על דרך ווי צדקה עשה הקב'ים ישראל שפיזרן בין האומות ווערט גלייך די צדקה הכי גדולה, אז דער אויבערשטער איז מלקט באחד אחד בית ישראל און ווי רש'טייטשט דאס אפ, אז ער נעמט יעדערן פאר להאנט און גייט מיט אים צוזאמען והשיר את שבותך ווי ר'שמעון בן יוחאי טייטשט אפ אין דעם, כמדובר מוזכר אין די התוועדות שלפני זה, ועוד והוא העיקר, אז לא יקבן אפילו כהרף פיים, בפרט לאחרי החלטות התקיפות אויף מוסיף-זיין אין צדקה, ובפרט לויט דעם ביאור אין דעם דרוש פון היינטיקן טאג אין תורה אור כמוזכר לעיל, ווי אזוי ענין התורה איז דער ענין הצדקה, און ס'ווערט אלע ענינים
- proofread
- 0