עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-bjd3cdpf

kind
paragraph
order
FV
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
בשתי רגלים אפילו פון ראשי ההרים, די הרערי קודש, ווי בפשטות דער ענין וא פטייטש אין מדלג על ההרים איז דאך ניט אז מ'געפינט זיך אין א הר און דארטן שפרינגט מען פון איין ארט אין א הר און אין א צווייטן, נאר דער פשטות הענין איז אז מדלג מ'שפרינגט איבער די הרים. וואס כמוכח אויך דערמיט וואס מ'איז פארבינדט דאס, וואס דער אויבערשטער איז דיליק על הקץ, האט ער זיך איבערגעשפרונגען, ער האט ארויסגעווארשן טעג און יארן פון גלות, כדי דער קץ זאל קומען פריער, וואס דערפון פארשטייט מען דאך דעם שטורעם בשעת כלו כל הכסין ועדיין לא בא ואין כאן הזמן להאריך בזה. וואס דאס איז אויך כמדובר, מיט די נקודה בדבר פון והחי יתן אל לבו דוקא אין ענינים של שמחה, נאך שלא בערך מערער ווי ענינים הפכיים, דא דארף מען גאר ניט האבן דעם אנזאג, ס'איז פשוט ומובן, און וויבאלד אז סברא היא איז קרא למה לי איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'קומט א יום הולדת וואס דעמאלט זאגט תורת אמת אז מזלו גובר מצד דעם מזל אליין, אן מ'דארף גאר ניט אנקומען צו מעשים טובים וכיוצא בזה, נאר דער יהי'יומי דגגרים אז דאס איז א יום הולדת אין מזלו גובר, איז דאך פארשטאנדיק אז מ'דארף דאס פארבינדן מיט א שמחה של מצוה, דורך דערויף וואס מ'קלייבט צוזאמען אידן ארום זיך, האנשים הנשים והטף, מיט דעם מחיצה שביניהם כעל-פי שולחן ערוך וכו'וכו ס'איז אבער א מחיצה של קדושה, וואס א מחיצה של קדושה פארבינדט דאך די זאכן אין וועלכע זי איז א מחיצה דורך דערויף וואס זי איז מדגיש די מעלה פון דעם ענין פון דעם צווייטן ענין, וואס דאס איז דאך אויך ווי כמדובר דעם משיעה פון היינטיקן טאג בשבוע אין חומש,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions