transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ווי אנגעהויבן נעכטן אין תחילת פון דעם יא'ניסן וועגן דעם ענין פון והחי יתן לבו, יעדער ענין, על אחת כמה וכמה וואס נשיא דורנו האט נגלה געווען און געהייסן אויך מפרסם זיין דעם ענין פון יום ההולדת, אף על פי וואס ביז דעמאלט איז דאס געווען א הנהגה וואס מ'האט איר ניט מפרסם געווען, אפילו אלס א הנהגה פון די נשיאות איז זינט ער האט דאס מגלה געווען איז געווארן פונקט דער צווייטער קו, אז ער האט געבעטן מ'זאל דאס מפרסם זיין, אז אזוי איז געווען די הנהגה בא די נשיאים, און אויך מפרסם געווען אין אזא מין אופן, ווי אויך געהייסן אריינדרוקן אדער מסכים ווען אריינדרוקן אין היום יום, אז דעם ענין פון יום ההולדת איז דאס אויך בדוגמא פון ואחי אתן אלא לבו וכמוזכר לעיל, אז דער עיקר איז גאר והחי יתנו לבו פון ענינים של שמחה, נאר ס'קומט אויך צו א לימוד, אז אפילו אן ענין וואס א בלתי רצוא מצד עצמו איז אויך ווי דער רמב זאגט, אז דאס איז מדרכי התשובה, הוא אדער היא, במילא דארף מען דאס אויך נוצן אויף היתנו לבו, אבער ס'איז דאך על אחת כמה וכמה אז דער אויבערשטער באווייזט חסדו און אין א חסד טוב ונראה לעיני בשר, איז דאך א זיכערע זאך, אז דאס דארף גלייך מעורר זיין כמים הפנים לפנים, כן לב האדם אל האדם, וואס ווי דער אלטער רבי טייטשט דאס אפ אין תניא, קען מען דאס אויך דערפון אפלערנען בנוגע צו דעם קשר פון דעם לימוד פון לב האדם התחתון ופנים פון דעם אדם התחתון, צו די פנים פון דעם אדם העליון, ביז צו די העכסטע דרגא און אופן בזה, על אחת כמה וכמה אז דאס איז נאך פארבונדן מיט א חודש, וואס דער חודש אינגאנצן איז דאך יתון אל לבו, ווי ער זאגט אין מדרש אז דאס איז א חודש ובחור ביעקב ובניו איז אט דעמאלט נתן להם חודש של גאולה וואס דאס איז דער חודש ניסן,
¶2וואס בחר ביעקב ובניו איז דאך אויך אין אן אופן ווי מ'נוצט דאס אויס אין התבוננות קודם התפילה, על אחת כמה וכמה פאר קריאת-שמע, ובניו וכרת מכל עם ולשון, כדי ס'זאל זיין דער כמים הפנים לפנים, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז ס'טרעפט נאך ביידע זאכן צוזאמען אין חודש ניסן, וואס ס'איז פארבונדן דערפאר בחר ביעקב ובניו, וואס דאס איז דאך אויך אן אויסנאם, ביז ווי בחירה שלמעלה איז דאך דאס ניט פארבונדן מיט קיינע סיבות ניט, מערניט ווי א בחירה אמיתית, וואס דאס באווייזט דאך נאך מערער אויף דעם תוקף הבחירה אשר בזה, און מ'זאגט, אז מ'גיט דאס, מ'דערמאנט וועגן דערויף, א אידן, בכל יום בתפילתו ובניו, בחרת מכל עם ולשון, נוסף אויף דערויף וואס מ'זאגט שוין אין ברכת השחר אז בחר בנו דערפאר נתן לנו את תורתו איז ער מוסיף אין דער ברכה פאר קריאת שמע, ובני בחרת מכל עם ולשון פרעגט דאך אויף דערויף די שאלה, ווי איז שייך זאגן א בחירה? ס'איז ממה נפשך, אויב ס'איז פארבונדן מיט עם ולשון איז ניט שייך דעמאלט די בחירה, דוקא ביי אידן, און אויב מ'זוכט און מ'וויל האבן ענינים וואס אידן פארמאגן איז זיך ניט שייך זאגן דעמאלט ובנו בחרת דאס איז דאך א גוי אחד אפילו ווי זיי געפינען זיך בארץ, איז ווי איז שייך צו אין דערויף זאגן דער ענין פון בחירה? וואס דאס פארענטפערט דאך דער אלטער רבי בספרו תניא קדישא, אז דאס איז מצד דעם גוף פון אידן, וואס בגופו איז ער דאך נדמע בחומריותו צו אומות העולם איז ער ובנו בחרת איז מדגיש, אז אפילו אין דעם גוף פון א אידן, און ווי דער גוף איז א גוף, ניט ווי ער טוט אלץ וואס דער נשמה וויל איז דאך דעמאלט אינו דומה צו עם ולשון, נאר אין די ענינים וואס דאס האט אן ענין לכאורה משותף מיט עם ולשון, במילא איז שייך זאגן אין דערויף דער ענין פון בחירה,
¶3דא אין די ביידע ענינים די זעלבע זאך וואס מ'זוכט, אף על פי כן איז דוקא בנו בחרת מכל עם ולשון, וואס דאס איז נאכמערער מדגיש די טייערקייט פון א אידישן גוף, גופא דלהן קדישא ניט נאר מצד דערויף וואס דורכן גוף קען די נשמה אויספירן איר שליחות בעולם, נאר ווי פארשטאנדיק פון דער הדגשה פון ובנו בחרת מכל עם ולשון מצד א גוף, אז דאס איז מצד דעם גוף פון תכונות ועצמות, א גוף עצמו, איז אין דאס פארדינט א אידישער גוף, און ניט ער פארדינט, נאר כביכול דאס ווערט א בחירה עצמית ובחירה חפשית, כביכול, תכלית השלימות פון דעם אויבערשטן, אז א אידישער גוף ווערט אויסגעקליבן פון דעם אויבערשטן אליין, ביז אין עצמות ומהות אליין, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז בשעת ס'איז דא א ירידה אין דעם גוף, איז ווערט דאך דער שטורעם נאך א שטארקערער, אז ווי איז שייך א ירידה אין אזא מין גוף, אז בשלום איז דער גוף פון עם ולשון איז שייך אז מ'זאל דאס פארבינדן מצד תוצדת וכיוצא בזה, וויבאלד אז דער גוף פון א אידן איז אויפגעהויבן געווארן שלא בערך דורך ובנו בחרת איז ווי איז שייך די גאנצע מציאות, אז דארט זאל זיין אן ענין של העדר, און מ'זאגט, אז מ'דארף גלויבן, אז תורה זאגט, אז דאס איז ירידה צורך עלי'אף על פי וואס דער שכל פון חכמה דקדושה לייגט זיך דאס ניט, אבער מצד אמונה וואס איז העכער אפילו פון חכמה דקדושה איז אט דעמאלט זאגט מען אויך, אז דאס איז ניט פארענטפערט, אבער בכל אופן דאס לייגט-אפ, אז דער ענין זאל ניט מבלבל זיין, ואדרבא,
¶4דאס זאל נאך פועל זיין, אז החי יתענע לבו, אז דער אויבערשטער גיט אזא מין גרויסע עלי'אז צוליב אט דער עלי'טוט דער אויבערשטער, כביכול, אן ענין וואס איז פארקערט, כביכול פון זיין אייגענע בחירה, וואס ער האט אויסגעקליבן אט דעם גוף. ויש להאריך בכגן זה, אבער מ'האלט דאך אין ענינים של שמחה, און וואס דאס איז דאך גאנץ חודש ניסן, איז אין אומרים בו תחנון, דערפאר וואס דאס איז אלץ א חודש וואס מ'דארף ניט אנקומען צו תחנון, דער חודש אליין טוט אויף אט דאס וואס אן דערויף דארף מען אנקומען צו תחנון, וואס תחנון איז דאך תכלית השלימות בזה, די י'גמל מדות הרחמים, און זאגט מען, אז חודש ניסן שטייט נאך העכער דערפון, און מ'דארף ניט זאגן אפילו י'גמל מדות הרחמים, דערפאר וואס די עצם מציאות פון ניסן טוט דאס אויף, וויבאלד אז דאס איז א טאג אין ניסן האט מען אויפגעטאן וואס מ'געפינט זיך באותו שעה הנשמה בגוף, במילא איז מען דאך פארבונדן מיט זמן ומקום, האט מען דעם שינוי אז דאס איז חודש ניסן, איז אט דעמאלט ווערט אויפגעטאן נאך העכער ווי י'מדות רחמין טוען אויף, און טוען דאס אויף אין אן אופן אז מ'דארף ניט אנקומען צו א ירידה שלפני זה, נאר מ'גייט גלייך מחיל אל חיל, ביז אין אן אופן וואס ס'איז גאר א הליכה שלא בערך, וואס ווערט אנגערופן דילוג וקפיצה, ביז דילוג בשתי רגלים, כמוזכר לעיל, אז דאס איז דאך אויך די הדגשה פון חודש ניסן, וואס ער ווערט אנגערופן חודש של גאולה די גאולה על ידי הקב,"ה, וואס זי איז דאך א גאולה אין אן אופן פון מדלג על ההרים ומקפץ על הגבעות און ווי ער טייטשט אפ אין מדרש, אז דאס איז מדלג על ההרים אפילו פון די הרים וואס זיי זיינען אבות העולם, און אפילו פון די גבעות וואס דאס גייט דאך אויף די ד'אמהות, איז די גאולה איז נאך העכער, ביז וואנענט אז ס'ווערט א דילוק בקפיצה, ברגל אחת, און נאכמערער
¶5בשתי רגלים אפילו פון ראשי ההרים, די הרערי קודש, ווי בפשטות דער ענין וא פטייטש אין מדלג על ההרים איז דאך ניט אז מ'געפינט זיך אין א הר און דארטן שפרינגט מען פון איין ארט אין א הר און אין א צווייטן, נאר דער פשטות הענין איז אז מדלג מ'שפרינגט איבער די הרים. וואס כמוכח אויך דערמיט וואס מ'איז פארבינדט דאס, וואס דער אויבערשטער איז דיליק על הקץ, האט ער זיך איבערגעשפרונגען, ער האט ארויסגעווארשן טעג און יארן פון גלות, כדי דער קץ זאל קומען פריער, וואס דערפון פארשטייט מען דאך דעם שטורעם בשעת כלו כל הכסין ועדיין לא בא ואין כאן הזמן להאריך בזה. וואס דאס איז אויך כמדובר, מיט די נקודה בדבר פון והחי יתן אל לבו דוקא אין ענינים של שמחה, נאך שלא בערך מערער ווי ענינים הפכיים, דא דארף מען גאר ניט האבן דעם אנזאג, ס'איז פשוט ומובן, און וויבאלד אז סברא היא איז קרא למה לי איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'קומט א יום הולדת וואס דעמאלט זאגט תורת אמת אז מזלו גובר מצד דעם מזל אליין, אן מ'דארף גאר ניט אנקומען צו מעשים טובים וכיוצא בזה, נאר דער יהי'יומי דגגרים אז דאס איז א יום הולדת אין מזלו גובר, איז דאך פארשטאנדיק אז מ'דארף דאס פארבינדן מיט א שמחה של מצוה, דורך דערויף וואס מ'קלייבט צוזאמען אידן ארום זיך, האנשים הנשים והטף, מיט דעם מחיצה שביניהם כעל-פי שולחן ערוך וכו'וכו ס'איז אבער א מחיצה של קדושה, וואס א מחיצה של קדושה פארבינדט דאך די זאכן אין וועלכע זי איז א מחיצה דורך דערויף וואס זי איז מדגיש די מעלה פון דעם ענין פון דעם צווייטן ענין, וואס דאס איז דאך אויך ווי כמדובר דעם משיעה פון היינטיקן טאג בשבוע אין חומש,
¶6אז מ'זאגט אז להבדיל בין הקודש ובין החול איז דאס פארבונדן מיט להורות, מיט תורת אמת וואס זי איז תורת חסד, דורך דערויף וואס מ'איז להבדיל בין הקודש ובין החול ברענגט מען ארויס בגלוי אין תורת אמת, ביז ער קומט אראפ אין תורת חיים, דער גילוי וואס ס'איז דא אין מעלה אין חול, און להורות און להבדיל אין חול, אפילו לגבי דעם ענין ווי ער איז דא אין קודש, ויש בזה מה שאין בזה די מעלה וואס איז דא אין קודש לגבי חול. וואס בכללות איז דער חילוק איז, אז די מעלה בקודש איז תמידין כסדרן עבודת צדיקים די מעלה אין חול איז תשובה וואס ער איז מושיב דעם חול אין מקורא ושרשו, און וויבאלד אז נפל למטה יותר, איז פארשטאנדיק, אז זיין שורש איז למעלה יותר, ברענגט מען דורך דערויף ארויס אויך די מעלה אין חול. וואס דערפאר איז אויך יש לומר בנוגע צו יום הולדת. מאי טעמא, אז ס'איז געווען א ריבוי זמן איז דאס געווען אין אן אופן מערניט ווי פאר יחידי סגולה, און זיי האבן דאס אויך געהאלטן בסוד. דערנאך איז געווארן די פארקערטע נטיעה, אויף מאכן דערפון דעם גאנצן טראס מיטן גאנצן פרסום, מיט דעם גא� רעש ואש דקדושה, ווארום ס'איז געקומען די צייט אז ס'ענדיקט זיך דער גלות, במילא מוז מען פארענדיקן די לעצטע בירורים אויך אין חול, וואס דער לעצטער בירור אין חול איז דאך אז מ'איז אין אים מגלה די מעלתה הכי גדולה, וואס דערפאר איז דאס אויך פארבונדן דוקא מיט עבודת התשובה, ביז וואנענט אז אויך צדיקיות עתיד לשבא בתיובתא, מוז מען אויך אנקומען דערצו, דערפאר וואס דאס איז א ענין וואס אין צדיקים גמורים איז ניט נאר אין עומדים שם נאר מ'דערגרייכט אויך א העכערע דרגא אין תשובה, וואס אין יכולים לעמוד שם. און זיי דארפן אנקומען להתבא, מ'נעמט זיי ארויס פון זייער ארט און מ'שטעלט זיי אריין בתיובתא, אין די דרגא און אין דעם עולם התשובה, און דארטן טוען זיי אויף אויך
¶7אלס בעלי תשובה, און מ'האט ביידע ענינים, ווי גערעדט פריער אין להרדל בין הקודש ובין החול דארף דאך א איד האבן חלקו בעולם, און דארף האבן חלקו בגופו דלהן קדישא און דארף האבן חלקו אין אפשר דלהן קדישא, וכמוסבר ומדובר וגם פשוט בנוגע ווי אזוי דאס קומט-אראפ דער לימוד אין מעשה בפועל, וואס דאס איז דאך דער החי יתנו לבי פון דעם ענין פון יום הולדת. אנהויבנדיק כדי דאס זאל זיין בהצלחה יותר, ובמילא אויך בפיסום יותר, איז דאס בשעת מ'נוצט אויס יעדער יום הולדת, פארבינדן דאס מיט די פנימיות שבזה, וואס מזלו גובר וואס דער מזל פון א אידן איז דאך פארבונדן מיט עיין העצמי, כמדובר אין די
¶8היום, מער בארוכה, איז אט דער מזל איז גובר אויך דער עיין וואס דאס איז פארבונדן מיט עין העצמו אין דעם טאג, איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז דאס נעמט זיך פון גבוה גבוה ביותר מוז דאס אראפקומען דוקא אין תחתון ביותר, פארבונדן דוקא מיט א שמחה גשמית, פארבונדן מיט משכי המשמח, אדער מאכל המשמח, אדער כיוצא בזה איז לחם לבב אנוש יסוד אף על פי וואס מ'האט דאך די הוראה ברורה, בלשון צחה וברורה, פון נשיא דורינו, די הגבלות הידועות בהנוגע צו פיר קרשיק-לאך און קליינע קרשיק-לאך, און דאס איז אויך לאו כל מוחא סביל דא וכו,' וואס אין להאריך בנעדה וואס מ'האט שוין גערעדט כמה פעמים, און ס'איז מובן בגן פשוט, ביז אויך פאר די וואס זיינען קטנים בשכל, און בא זיי קען זיך לייגן קאפויר, ווי תורת אמת זאגט, און זאגט דאס בלשון סך וברורה, און רעכענען אז דערמיט באווייזן זיי, אז אין זיינען א שייכות צו אידישקייט, צו צו הבנה והשגה און צו אלע שמחה של מצוה, שלא בערך ווי עלטערע ואלטע און משפיעים האבן זיי אנגעזאגט ווי זיי האבן אנגעזאגט נשיא דורנו אליין, כמובן וגם פשוט. וואס דאס איז אויך בהנוגע לפועל, אזוי ווי ערב פסח איז דאך יום הולדת פון דעם רמב,"ם, וואס ער איז דאך דער מורא הנבוכים פון אלע דורות, אנהויבנדיק פון זיין דור, ער איז ארויס בגלוי בספרו, און עד סוף כל הדורות, איז דאך אויך ווי ער זאגט אין עץ חיים, איז אפילו אין עתיק איז אויך דא ענינים של ספיקות, איז יש לומר בדרך אפשר, אז אויך דארט איז אויך זאגן שייכות דער לשון פון מורה נבוכים וויבאלד אז קדושה און קבלה און עץ חיים זאגט דאס, אז דאס איז אן ענין של ספק דארף מען אנקומען צו מורה נבוכים וכידוע וועגן די סודות התורה וואס זיי געפינען זיך אין מורה נבוכים, אף על פי וואס מ'דארף האבן א מדריך און המלמד
¶9איז מעיל בלימודו, מ'זאל ארויסנעמען דעם תוכו, און ארויסנעמען דעם תוכו, מתאים צו כוונה פון דעם חיבור, און מתאים על אחת כמה וכמה צו כוונה פון דעם מחבר ר'משה במאמון הספרדי, וכאמור וואס זיינע יום הולדת איז אין דעם ערב פסח, וואס דערפאר איז מען מחדש נאכאמאל די הצעה פון עבר שוין, אז מ'זאל אויך מאכן א התוועדות פארבונדן מיט אידישקייט, מיט תורה ומצוותי', און די התוועדות זאלן זען מ'זאל זיך משתתף זיין, ווי ער שרייבט בהקדמתו לספרו, כקטן כגדול אדער כקדול כקטן, האנשים והנשים והטף מיט די מחיצות האמורות ונזכרות לעיל. און וויבאלד אז ס'איז דא בכמה מקומות וואס ערב פסח איז אין הזמן מתאים מצד די גדרות על-פי שולחן-ערוך וכיוצא בזה, מצד כיצור הזמן וכיוצא בזה, איז דאך אט דעמאלט כנהוג בא גוטע זאכן און מאכט מען דאס ס'זאל זיין דוקא ברוב עם, וואס דעמאלט איז דאך דא דער הדרת מלך אין א זמן המתאים, אבער בסמיכות צו ערב פסח, און וויבאלד אז דאס איז שלא בזמני אט דעמאלט דארף דאס זיין דוקא בעשרה, בדוגמא ווי מ'זאגט אין נוגע צו גאולת פורים, אז בשעת מ'לייענט דאס שלא בזמני מוז דאס זיין דוקא בעשרה, וכמדובר כמה פעמים בארוכה, אויך דערפון אפגעלערנט בנוגע לעניננו.
¶10און וויבאלד אז ס'איז דא דער ענין אין תורה, איז דאך פארשטאנדיק אז אינו מבקש אלא לפי כוחו איז יעדערער וואס וועט וועלן מיט אן אמת דאס דורכפירן בפועל, וועט ער דאס קענען אויפטאן אין צוזאמענהאנג מיט זיין יום הולדת שלו, עאכו כמה וכמה מיט יום הולדת פון די וואס זייער חינוך איז זיין זכות וחיוב, וואס דאס איז אנהויבנדיק פון בניו ובנותיו, כולל אויך דער זוגתו ואשתו וכו', ביז האבד ועבדך ועמתך, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך בהמשך און א ביאור וואס מ'איז מטריח דעם ציבור אויף רעדן ווידער אמאל און ווייטער אמאל, מצד דערויף וואס דאס איז אן ענין הכי טוב בטוב הנראה והנגלה, און האט דאס אויך א שייכות צו חודש ניסן וגאולה, ווארום שמחה איז דאך פורץ גדר בכלל, על אחת כמה וכמה פורץ גדרי הגלות, וואס דערפאר איז אויך דער זמן מתאים ווי נאכאמאל מעורר זיין בנוגע צו כל ענינים אלו. וואס מענין לענין, באותו-ענין, איז כאן הזמן אויף אפדאנקען אט די אלע וואס האבן געוואונטשן בקשר צו ניחל מעבלים, האט מען ניט איספור געדאכט, ובקשר ליום זה, אין צוזאמענהאנג מיט יום הולדת, אז זיכער וועט אין זיי מקויים ווערן הבטחת הקב",ה ואברכה מברכיך מיט די אלע פרטים ווי אויסגערעכנט אין תורה שבכתב, על אחת כמה וכמה מיט מדרשי חזל, אעפ'כן באפרייט זיך דאס ניט אט דעם וועמען מ'האט געבענטשט, אז ער זאל אויך באווייזן אז ער ווייס דערפון און איז דאס מאריך, נוסף אויף דערויף וואס דער אויבערשטער איז מאריך כביכול, ביז וואנענט ואברכה מברכיך טוט אויך א בשר ודם, וויבאלד אז סוף-כל-סוף האט מען דאס אים געוואונטשן און אים געשריבן, אדער געזאגט בעל-פה וכו.' על אחת כמה וכמה
¶11די וואס האבן דאס מקשר געווען אויך מיט א מעשה בפועל, דער ענין פון מעשה הצדקה, און מעשה בפועל, אויך אן עיקר'דיקע זאך, וואס מ'האט אפגעדרוקט תניא'ס אין כמה וכמה מקומות וואס דארט געפינען זיך אידן, און ביז איצטער מאיזו סיבה שתהי'האט מען דארט נאך ניט געדרוקט אין תניא, און איצטער בקשר ליום ההולדת האט מען דאס געטאן, איז קומט זיי א באזונדער דער יישר כח אויך פון דעם בשר ודם, נוסף וואס זיי האבן דעם יישר כח פון דעם בעל התניא, וואס דאס איז דאך דער יישר כח פון עצמות ומות וואס ווערט דורך אים איבערגעגעבן, בפרט נאך אז ער איז דאך געווען א נשמה חדשה כסיפור וביאור פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, ועל דרך זה איז פולות דומות לזה, וואס אין כאן המקום לפור טם, איז דריקט מען אויס נאכאמאל, ודוקא בפרסום, און מ'וועט אויך מיט דער טיפה, אז בשעת מ'וועט זיך דערוויסן אז ס'איז דא אן ארט וואס מאיזו סיבה שתהי'אף על פי וואס דארט לעבן אידן, פעלט אין זייער לעבן דער ענין וואס ס'טוט אויף וואס דאס ווערט אן ארט וואו מ'דרוקט אפ דעם ספר תניא קדישא וועט מען דאס אויך משלים זיין, און משלים זיין אויך בשלימות, אז ס'זאל זיין א דפוס נאה און יאר נאה וכו,' כמדובר כמה פעמים, ביז ווי אויך אפגעפאסקינט אין שולחן-ערוך, ווי אזוי ספרי קדושה דארף מען אויך האבן יופי, וואס לכאורה איז דאס יופי חיצוני, זאגט מען אויף דערויף, זה א-לי ואנוהו אז דאס איז אט דער אנווהו פארבונדן מיט נאה בפשטות, ביז אין יופי חיצוני.
¶12וכמדובר, והוא העיקר וואס מ'וויל דאס אויסנוצן אויף אויסדרוקן, אז במילא דארף מען ניט ווארטן אז ס'זאל זיין דוקא בכתב, און דוקא אין אן אופן מיט אריכות הטיטול וכו וואס לא נחשדו ישראל על כך, ואדרבא, מ'נוצט אויס די געלעגנהייט וואס מזלו גובר, און די געלעגנהייט וואס דער חודש הגאולה, און די געלעגנהייט וואס דאס איז נשיא פון שבט אשר וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט אשריך ישראל סיום פון תורת משה רבינו, און מיט התחלה פון ספר התהילים, ווי ער זאגט אין מדרש אין ספרי, אז דאס איז פארבונדן דער סיום פון משה מיט די התחלה ווי דוד המלך מלכי משיחא הויבט אן ספרי התהילים, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך זיכער וועט מען דאס איבערגעבן, אט די וואס הערן דאס ניט, אויך די וואס וועלן טרעפן זיך מיט זיי וועט זיי איבערגעבן, אז ס'איז געווען ברבים ופרהסיום פונקט ווי מ'זאגט דאס יעדערן בפרטיות און דעם גרויסן יישר-כח פאר די יחולים טובים וברכות טובות.
¶13און יהי רצון, אז א איד האט דאך א מחשבה טובה, בפרט נאך אז ס'קומט אראפ בדיבור אדער בכתב וכיוצא בזה איז דאך א זיכערע זאך אז הקב'ה מצרפה למעשה. און דאס איז נאכמערער מוסיף אין הקהל יעדער אידן און אלע אידן צוזאמען אין אן ענין וואס איז פארבונדן מיט דברי הוי ביז וואנענט אין אן אופן אז דאס פועל'ט על כל השנים כולם, ווי דער ענין פון הקהל איז געווען בפשטות. וואס דא איז אויך, וויבאלד אז מ'דערמאנט אז דאס איז כולל, און ניט נאר כולל דאס איז נאך ביתר שאת וביתר עוז בשעת מ'זאגט דאס בדיבור ובפרהסיא, און מ'דארף דאס ניט האבן דוקא בכתב איז אויך כאן הזמן, און אויך אויף איבער'חזר'ן נאכאמאל אט דאס וואס מ'האט גערעדט כמה פעמים, אז מפני זריזות, וואס מ'דארף זיך גרייטן צו קבלת פני משיח צדקנו איז אין הזמן גרמא, במילא איז גאט מען ניט קיין צורך אין ענטפערן א בריוולאך, בפרט נאך אז מ'האט געענטפערט און מיט א לשון סך ופרורה בהנוגע צו די רוב השאלות ככולם וואס מ'פרעגט, אז בענינים גשמיים, פון מסחר ופרנסה, זאגט דער פסוק ותשועה ברוב יוצא, בעניני בריאות זאגט אויך דער פסוק ורפא ירפא, ווי כאן שניתנה לשות לרופא לרפאות פון דעם אויבערשטן אליין, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'האט אין דערויף שוין דעם ענטפער ברור, בלשון צחה וברורה טאן כעצת רופא ידיד אדער כעצת רופא מומחה, אדער ביידע זאכן צוזאמען. ועל דרך זה בהנוגע צו עניני יראת-שמים, צוזאמענרעדן זיך מיטן הסולך הרב וואס
¶14איז כולל אויך עשה לך משפיע, וויבאלד אז ער האט אן ענין אין יראת-שמים, און קען זיך ניט פארלאזן אויף זיך דערפאר וואס ער איז א נוגע בדבר, רעדט ער זיך מיט אים צוזאמען. ועל דרך זה אויך בהנוגע צו שאר ענינים, כללות ענינים, איז דאך אויך דער ענין פון הרב מורה הוראה בישראל איז דאך להורות להם כל אשר דברי הוי'אל כל דברי הוי'וואס ער האט געזאגט על בני ישראל על ידי משה, וואס דאס איז דאך אויך דעם שיעור און דער סיום וחותם פון דעם שיעור פון היינטיקן טאג, במילא האט מען שוין דעם ענטפער פון תורת חיים און תורת אמת, און ווי דאס קומט אראפ אין א הוראה ברורה, בלשון סך הוא ברורה, ווי אזוי מ'זאל דאס טאן בהנוגע לעתיד, ובפרט נאך כמוזכר אויך לעיל, אז אין דעם זמן וואס ס'איז דורכגעגאנגען זיט מען דעם ערשטן מאל מפרסם געווען אט דאס וואס ס'שטייט אין תורה וועגן די אלע עצות האמורות פון ותשועו ברוב יץ, ידידי מבינים, און רופא ידיד אדער רופא מומחא, און דער ענין פון א רב ומשפיע וכו האט מען געזען אז ס'איז געווען א הצלחה רבה און א הצלחה מרובה, ביז סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
¶15נאכמערער פארשטאקט די זיכערקייט, אז זיכער איז דאס די וועג אשר נלכה בה. און חס ושלום, אז דערנאך זאל מען ארומגיין אן עמל, בשעת מ'זאגט אז אדם לעמל יוולד זאגט מען פארקערט, אז ניט נאר ער האט א עובד עבודתו באמונה, נאר אויך עובד עבודתו מיטן עמל, וואס איז פארבונדן עמל אבער מיט אן עמל, כמדובר כמה פעמים, וואס דאס איז בדוגמא פון אן עמל פון טראגן אבנים טובות ומרגליות, מ'טלצל זיין זיי פון רשות הרבים אריינטראגן זיי אין רשות שלו, ווי ער איז א יחיד. וואס ס'איז דאך פארשטאנדיק ווי טבע העולם אפילו בא ניט-אידן, על אחת כמה וכמה בנוגע בא אידן, און אבנים טובות ומרגליות, אז הא אמיתיים, וואס דאס איז תורה ומצוותי', כולל אויך די מצוה פון בכל דרכיך דאוהו וכל מעשיך לשם שמים איז דאך אדרבא, ניט ער זאגט אז דאס איז אן אמר וואס פארמאטערט ער, ווארום ער דארף טראגן א משא פון א ליטע פון אבנים טובות ומרגליות, ביז אנהויבנדיק פון ליטערו של זהב, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט תלמידי-חכמים, און על אחת כמה וכמה ליטערו של אבנים טובות ומרגליות בפרט נאך אז דאס איז אזא עמל וואס מ'האט גלייך דעם ענין, וויבאלד אז מ'האלט שוין אין סוף הבירורים איז דער נפש האלקיות מיטן גאנצן שטורעם, במילא איז זי אויך מדגיש, און מ'דערזעט דעם האור כי טוב, אין טוב אלא תורה ומצוותי דערזעט מען גלייך אז דאס איז עמל אמיתי אפילו, אן אמת'ער ארעוואניע איז דאס א הארעוואניע וואס ער נעמט אריין אבנים טובות ומרגליות ברוחניות, און דורך דערויף אויך האט ער אבנים טובות ומרגליות בפשטות, דערפאר וואס גשמיות גייט זיך נאך די רוחניות ווען ס'רעדט זיך וועגן א אידן, אותם נשמתם עיקר וגופם טפל על דרך זה אין צרכי הגוף עצמו, וואס אט דעמאלט, פארקערט, יאגט ער זיך אז ס'זאל זיין מערער
¶16עמל כדי ער זאל האבן מערער אבנים טובות ומרגליות וכו,' און נאך מערער צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה, וואס זי איז דאך פארבונדן מיט מעשינו ועבודתינו, און מעשינו ועבודתינו דוקא מתוך הרחבה, וואס דעמאלט טוט מען דאך זיי בשלימות, ווי ער זאגט אין רמב אז דאס איז דער טעם פון די יעודים גשמיים בפשטות אין תורת וואס ענינה איז דאך הוראה ווי אזוי צו ממלא זיין דעם רצון השם, אז דורך דערויף וואס דער אויבערשטער גיט חיים טובים בגשמיות בפשטות, און טובים אן קיינע בלבולים, אן קיין נקודה אפילו על פני המים וואס זאל אים מבלבל זיין פון דעם פארבינדן זיך מיטן טוב הגשמי, על אחת כמה וכמה וועגן טובה הרוחני, על אחת כמה וכמה ווען זיי גייען ביידע צוזאמען.
¶17וואס דאס איז אויך דער טעם וואס מ'גייט מסיים-זיין, על דרך הרגיל, מ'וועט נאכאמאל מאכן יעדערן, המסורים הנמצאים כאן, און על דרך זה אט די וואס הערן דאס במקום פלוני אדער פלוני, זאלן דאס דארטן גופא זיך צוזאמענרעדן ווי אזוי יעדערער זאל מאכן דעם צווייטן, אדער איינער זאל מאכן הנמצאים בסביבתו, א שליחות של צדקה, ובפרט אז עצפות דאך דער זמן פון צדקה פון מאות חטים, און דער זמן פון צדקה וואס בחר ביעקב ובניו נתן להם כבו להם אין אן אופן של קביעות דער ענין פון גאולה, און ווי ס'קומט אראפ דוקא אין זמן חודש של גאולה, וכל המקדים וכל הזריז הרי זה משובח, וויבאלד אז דאס שטייט אויפן אדם התחתון, על אחת כמה וכמה אז דאס מיינט מען דעם אדם העליון, ואדרבא, נשתלשל לו מהם אז דער אויבערשטער ברענגט אראפ בזריזות הכי גדולה די גאולה האמיתית והשלימה בתכלית השלימות, אז דאס נעמט ארום בנינו ובנותינו בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו קהל גדול פון האנשים והנשים והטף, און מ'שטעלט זיי אלעמען אוועק, עם ענני שמיא כהרף עין וארצנו הקדושה, ווי זי שטייט אין אן אופן פון ירחיב הוי'את בלך, ביז אין אן אופן פון עשר הממין, אויך קיני קניזי וקדמוני, און דארטן גופא איז ירושלים עיר הקודש, ווי זי ווערט והרחבה, ווי ער זאגט אין תנאך ובארוכה אין מדרשים ווי אזוי ירושלים ווערט נתפשט ווי ז תתפשט בכל ארץ-ישראל, און דאס פועל'ט אויך אויף דער תתפשט ארץ-ישראל בכל הארצות כולם, ובפרט נאך אז אין ירושלים עצמה מיינט מען דאס דעם בית-המקדש וואס ירושלים איז דאך געבויט געווארן כדי דארטן זאל זיין דער שלימות היראה, וואס דאס איז דאך על ידי העבודה בבית המקדש און אן אריינגיין אין בית-המקדש, וואס דערפון אויך פארשטאנדיק אין בית-המקדש עצמו דער ענין פון קודש הקדשים. און ויהי רצון, כמדובר, איבערחזר'ניקט נאכאמאל
¶18דעם נתינת תודה פאר די אלע איחולים טובים וברכות וכו פאר די וואס זיינען שוין אנגעקומען, ועל דרך זה אויך ווי די משנה זאגט בנוגע צו הנהגה פון אידן, על העתיד לגבות אט די וואס וועלן אנקומען אפילו לאחרי רגע אדער לאחרי יום, אדער די זעלבע כוונה, איז אויך קומט דא דער נתינת תודה בפני כל עם ועדה, ובסיוע ובאמירת אמון פון די אלע הנמצאים כאן, ברוב עם, און דאס ברענגט אראפ דעם אמון פון צו חי אז מ'איז מנצח דעם גלות גאר אינגאנצן, און ס'קומט גלייך אראפ די גאולה האמיתית והשלימה למטה מעשרה טפחים, און מ'גרייט זיך צו ביאור חמוס, און דערנאך ווען נאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים, אין ירושלים עיר הקודש ובברית המקדש, און מיט אלע הכנות לזה מתוך שמחה וטוב לבב, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו אמן כן יהי רצון! אמן!
¶19מ'וועט זיכעט נעמען די א פאר שמורות על דרך ווי מ'האט געגעבן נעכטים.