פסקה
פסקה rh-bj561eje
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-dny36pa4
- order
- N
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- משלים איז דעמאלט בדוגמא פון כימי צאתך מארץ מצרים איז ברענגט מען אראפ די גאולה האמיתית והשלימה בגלוי, והם יקירוהו תחילה, ס'זאל אויך זיין דער ענין פון שנת הבנין, פון אות לבנות, און אפילו ווען דאס רעדט זיך פון א בנין של רשות, כמוזכר לעיל, על אחת כמה וכמה וואס מ'האט דאך גערעדט, אז ס'איז כדאי ביותר וביותר, אז אומעטום וואס ס'איז דא פעולות של תורה עבודה וגמילות חסדים, וואס מאיזו סיבה שתהי'האבן זיי נאך ניט קיין בנין משלהם, מערניט ווי א געדונגענער, און דאס איז נאך אויך אפילו אויב מ'האט משלהם איז ער ניט מיט דער רחבות וואס ס'דארף זיין, על אחת כמה וכמה אז ס'איז ניט אט די רחבות, כמדובר לעיל, אז ס'דארף זיין מערער ווי מ'דארף דאס האבן לפי צורך הפנימיים די עתה, כדוגמא ווי ביי הוי'האלקים זאגט מען, אז יעדער מקיף איז לפי ערך הפנימי, און אז ס'ווערט דער פנימי הוי'א העכערער מוז דער מקיף ווערט בדרך ממילא אויך א העכערער.
- proofread
- 0