transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1ביום הכיפורים, וואס כמפורסם ווערט דער טאג אנגערופן בשם השם, און דורך דערויף כמה ביאורים שוין אויך אפגעדרוקט, אז בכלל, אזוי ווי ביום הכיפורים זאגן דאך אידן און זיינען מתפלל און פירן אויס אויף לפני הוי'תטהרו במילא איז מען לפני פאר אלע שמות, דערנאך איז מען ממשיך פון די שמות ביז ס'קומט אראפ אין ד'ימים, וואס זיי זיינען דאך פארבונדן מיט ד'אותיות פון שם הוי,"' כמבואר ומותפת בכמה מקומות, ובפרט נאך אז דאס קומט דאך לאחרי וואס קרוב צו סיום יום הכיפורים, זאגט מען דאך שבעה פעמים הוי'האלקים און דערנאך זאגט מען אויף לפני הוי איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז דאס איז לפני פון אלע שבעה הוי'ס וואס מ'רעכנט אויס פריער,
¶2און דערנאך האט מען אויך דעם כח, אז מ'זאל דאס דערנאך ממשיך זיין ביז אין ד'ימים, אין דעם שם הוי וואס האט אויך אין זיך דעם פירוש, אז דאס איז דאך מהוה די גאנצע מציאות, ווי ער זאגט אויך אין ספר תניא קדישא, ביז אין ד'ימים כל אחד בפני עצמו, זיי דארף דאך אויך זיין דער קיום הציווי פון להעלות בקודש איז זי אויך אין דער המשכה איז מען אלץ ממשיך פון א מקום נעלה יותר, ביז דערנאך קומט דאס אראפ אין אן אופן פון מקיפים וואס דאס איז דער ענין הסוכות,
¶3אחריו, ביז אין אן אופן פון שמיני עצרת, אז דאס ווערט נקלט און ס'איז דערנאך מוליד אהבה וייראה ונהפי וכל הענינים טובים במשך כל השנה כולה, ובמיוחד בשנה זו, וואס דאס איז דאך א שנת העיבור, כמדובר בארוכה כמה פעמים. וואס דאס איז אויך פארבונדן וואס מ'רעדט לאחרונה, באמת ס'איז דאך וואס אן ענין וואס דאס איז גאר בראשונים פון דער ענין הבנין, ביז בנינים כפשוטם, שנשתלשלו מהן, וויבאלד אבער אז נשתלשלו מהן מאכט א איד פון א בנין של רשות מאכט ער דערנאך א בנין של תורה ומצוותי', אין איינע פון די דריי קוין, תורה עבודה וגמילות חסדים, כמדובר בארוכה. און אין דערויף גייט דאך אויך, ווי בפשטות, אז מתחילה עשרה ימים שבירוש השנה ליום הכיפורים איז מען זיך עוסק אין בנין המלכות, כמדובר, כמה ימים שלפני זה, דערנאך ווערט דאס נמשך ביז דא למטה, כאמור, בשם השם, אז מ'איז ממשיך נאך פון אן וואס ס'איז העכער פון אלע שמות, איז מען דאס ממשיך לכתחילה אין אן אופן של בנין וואס דאס איז די ד' ימים. א בנין איז דאך פארבונדן מיט קביעות און מיט ד'אמות און מיט ד'כסלים, ביז אפילו אין סוכה איז דאך אויך לכתחילה וויל מען גאר אז ס'זאל זיין ד'פנות, אף על פי וואס ס'איז מערניט ווי א סוכה און א מקיף וכו איז דערפאר בדעבד קען אויך זיין י'תפנים אדער בית תפנים, מיט די אלע ענינים שכמדובר, און דערנאך פון אט דעם בנין קומט דאס דערנאך אראפ פון בשם ה דער בנין פון די ד'ינים, קומט דאס דערנאך אראפ אין אן אופן פון מקיף, כאמור, דער ענין פון די סוכות, און דערנאך ווערט דער מקיף
¶4לא נמשך און ס'ווערט פנימי, ביז אין אן אופן פון עצרת, כמדובר לעיל.
¶5משלים איז דעמאלט בדוגמא פון כימי צאתך מארץ מצרים איז ברענגט מען אראפ די גאולה האמיתית והשלימה בגלוי, והם יקירוהו תחילה, ס'זאל אויך זיין דער ענין פון שנת הבנין, פון אות לבנות, און אפילו ווען דאס רעדט זיך פון א בנין של רשות, כמוזכר לעיל, על אחת כמה וכמה וואס מ'האט דאך גערעדט, אז ס'איז כדאי ביותר וביותר, אז אומעטום וואס ס'איז דא פעולות של תורה עבודה וגמילות חסדים, וואס מאיזו סיבה שתהי'האבן זיי נאך ניט קיין בנין משלהם, מערניט ווי א געדונגענער, און דאס איז נאך אויך אפילו אויב מ'האט משלהם איז ער ניט מיט דער רחבות וואס ס'דארף זיין, על אחת כמה וכמה אז ס'איז ניט אט די רחבות, כמדובר לעיל, אז ס'דארף זיין מערער ווי מ'דארף דאס האבן לפי צורך הפנימיים די עתה, כדוגמא ווי ביי הוי'האלקים זאגט מען, אז יעדער מקיף איז לפי ערך הפנימי, און אז ס'ווערט דער פנימי הוי'א העכערער מוז דער מקיף ווערט בדרך ממילא אויך א העכערער.
¶6על דרך זה האט מען נאך גערעדט אז ס'זאל זיין נאכמערער, אז ס'זאל זיין א העכערע שלא בערך פון די מקיפים ופנימים שלפני זה. וואס אט דאס אלץ היילט נאך מער צו דער ענין הכי עיקרי, גאולה האמיתית והשלימה, מיט מקדש אדנ'כוננו ידיך וואס דעמאלט וועט דאך אויך זיין פנימים און דער ענין פון מקיפים און דער ענין פון מקיפין למקופין, און דאס וואס ס'איז העכער נאך פון חמשה שמות נקרא עליו וואס דאס איז כולל אויך דער נאמען יחידו איז דאס נאך העכער פון כל ענין השמות, בדוגמא ווי דערמאנט פריער אז בשם השם ה'הויבט מען אן פון אן ארט וואס איז העכער פון אלע שמות. וואס דערפאר זאגט מען איבער דאס נאכאמאל בנוגע די ענינים אז מ'זאל זיך משתדל זיין אז די וואס האבן נאך מאיזו סיבה שתהי'ניט קיין בנין משל להם, ס'זאל זיין א בנין משל להם שוין בתחילת השנה, וכל המקדים הרי זה משובח, אפילו דער בנין משל להם זאל זיין מערער אפילו פון די מקיפים לא-מקיפים וואס מ'דארף האבן לויט די פנימיות העבודה פון איצטער, עאכו כמה וכמה אט די וואס האבן מערניט ווי א געדונגענעם, אדער אפילו א געדונגענעם אויך מערניט ווי אין אן אופן של הראי וסוכה, לערנט מען אונז אט די פיר טעג, אז טאקע דער סדר איז, אז פריער קומט סוכות און דערנאך גייט מען מן הסוכה לבית, ווי דאס איז אויך נוגע אין הלכה לפועל, כמבואר אין שולחן ערוך די דינים פון די לעצטע שעות פון סוכה, בהנוגע צו גרייטן אויך צו דעם בית אין וועלכן מ'גייט אריין ביום השמיני, אז ס'זאל זיין א שמיני עצרת וכו כמבואר אין שולחן ערוך בהלכה בפשטות, על אחת כמה וכמה אז די וואס כאמור האבן דאך אפילו קיין בנין הראוי אויך ניט דארף זיין בהקדם הכי אפשרי דער ענין פון ניט שרעקן זיך אז מ'דארף גיין
¶7דוקא מדרגא לדרגא, ומן הקל אל הכבוד, דער ענין פון תשובה, וואס דאס איז דאך די עבודה פון ימים אלו, וכבודוע דער פתגם די הוראה פון דעם רבי'ן נשמתו עדן, איבערגעגעבן דורך נשיא דורנו אויף דער שאלה פון דער עבודה פון בשם השם כמחרת עם הכיפורים אז ערשט איש דארף מען טאן תשובה, וכמובן ב�גם פשוט אז תשובה, וואס זי איז א תשובה עילאה אפילו בערך פון אלע דרגות התשובה וועגן וועלכע מ'האט גערעדט און געטאן און גע'פועל'ט לפני זה, ביז אין אן אופן פון שלא בערך.
¶8קובה, און זאגט בני נצחוני קומט דאס ביי אים ארויס א חיור פון א שמחה, און מראה פנים שוחקות, נאך מערער ווי ס'איז געווען במשך פון גאנץ חודש אלול, ווען מלך בשדה, און די עלי'בערך זה די ימים שלאחרי זה גייט דאס אויף הלוך והוסיף, ועוד בהנוגע המעשה הוא העיקר, אז מ'זאל נאכמער מזרז זיין זיך, און מזרז זיין אלע ארום זיך, על אחת כמה וכמה אט די וואס האבן זוכה געווען אויף צו זיין שלוחים, און די וואס האבן זוכה געווען די בעלי-בת ין, כמה וכמה מהבעלי-בת ין זאלן ווערן זייערע העלפער, און נאכמערער זייערע שותפים, און נאכמערער, ווי מ'זאגט אז פריער זאגט מען שמח זבולון און ערשט דערנאך דערמאנט מען ישכר. ובכל אופן זאל דאס זיין, כאמור, והוא העיקר דער ענין פון מעשה בפועל, און מפרסם זיין בכל מקום האפשרי, נוסף אויף דעם פרסל הענין פון תנו מאנות לאשר אין לו. וואס דאס איז דאך בעיקר גאר נוגע צו זמן שמחתינו וואס דעמאלט איז דאך דער ענין היו-טוב מיטנגאנצן במילואו, מערער ווי דער יום-טוב פון ראש השנה, עאכו כמה וכמה פון יום הכיפורים, קומט דאס ארויס אין יום-טוב, וביום-טוב עצמם, דער יום-טוב וואס ס'איז בגלוי ווערט ער אנגערופן זמן שמחתינו ובפרסום הכי גדול, במילא דארף דאך טאן יעדערער כל התלוי בו, אז אט דער וואס אשר אין לו לפי ערך אפילו אז ער האט א סך, ס'איז אבער שלא בערך ווי ס'דארף זיין אין זמן שמחתנו, ובפרט פון שנת העיבור, זעט ער אויך, אז ער זאל אויך דאס באקומען, און וואס פריער, אין די ד'ימים, כדי ער זאל האבן א רואיקן יום טוב און א יום טוב שמח, בהקדם הכי אפשרי, אויך אין די ימים וואס זיי זיינען הכנה לימ טוב זה, עאכו כמה וכמה צו ערב סוכות, עאכו כמה וכמה צו
¶9סוכות, ווען מ'מאכט שהחיינו וכו עאכו כמה וכמה אז הולך ומוסיש מרגע לרגע ומשעה לשעה, מיום ליום, ביז ס'קומען אראפ די אלע ענינים אין אן אופן של קליטה ושמחה הכי גדולה בשמיני עצרת ותוקף ומיד ושמחת תורה וואס גייט מיט אים צוזאמען, און כל הדברים האלה אמורים, בנוגע צו חוץ-לארץ. על אחת כמה וכמה בשעת ס'רעדט זיך וועגן ענינים אין ארץ-ישראל, אז דארטן דארף דאך זיין די אלע ענינים ווארום ענינים אין חוץ-לארץ, אפילו אז דאס איז בענינים של כבר, איז מען דאך מבאר בזה, אז די קביעות שלהם איז אויך א קביעה לזמן מסויים במקום זה, דערנאך נעמט מען דעם גאנצן בנין, וכל השייך אליו, און מ'פירט דאס אריבער עם ענני שמיא, אין ארצנו הקדושה, וואס כל ענינו איז דאך אז דאס איז דער בית פאר דעם אויבערשטן, במילא פאר אידן, במילא אויך פאר תורה ומצוותי', משא נכן אז דאס איז א בנין אין ארץ-ישראל, איז דאך דאס ביתר שאת וביתר עוז אויך די קביעות של בנינים אלו, אפילו בערך פון דער קביעות בעניני קדושה ווי זיי זיינען אין חוץ-לארץ. ועוד והוא העיקר, אז די אלע ענינים ווערן א כלי און זיינען מגדים און מזרז און מוריד למטה אין עולם הזה התחתון שאין תחתון למטה הימנו, מתחיל אז דאס ווערט א נמשך בכל בית וכל ענין פון עם ישראל, סיי אנשים סיי נשים וטף, ווערט דאס דער ענין פון תורה עבודה וגמילות חסדים, אנהויבנדיק אפילו פון בנינים וחדרים וכלים פון טף ממש, קטני קטנים, אז אויך זיי מאכן די עלטערן בשביל עם און דערנאך גלייך ווי הגיע להתחלת דיעה, מאכן זיי שוין אליין לפי דעתם אויך בגלוי,
¶10אף על פי וואס אויך פריער האבן זיך דאס געמאכט די עלטערן אויף שלוחו של אדם כמותי פון די בנים ובנות, על אחת כמה וכמה אז זיי ווערן שוין א ביסעלע עלטערן און האבן א ביסעלע דעת, איז דאך פארשטאנדיק, אז לכל לראש האט מען די נקודה האמיתית פון ידיעה און חכמה און בינה ודעת, וואס דאס איז די נקודה האמיתית כהתחלת הרמב,"ם, אז לידע שיור שם מצאו ראשון, וממנו נמצאו כל הנמצאים כמדובר בארוכה לפני זה. און דאס קומט אלע ענינים אראפ אין אן אופן של שמחה, כאמור לעיל, ובפרט נאך אז דאס קומט דאך אראפ בגלוי, אז שוין גלייך פון יום הכיפורים דארף מען ניט זאגן קיין תחנון, במילא טאר מען ניט זאגן קיין תחנון, דערפאר וואס מ'פועל'ט אויף אלע ענינים און זיי ווערן נמשך פון אן ארט וואס דאס איז נאך העכער פון אלע ערטער וואו תחנון דערגרייכט, ווערט דאס לפני הוי'תתהרו, און דערנאך איז מען אלה בקודש נאך לפני, פון דעם לפני הוי'תתהרו, ביז אז דאס קומט אראפ אין טהרה כפשוטה, און אין טהרת המחשבה און טהרת הדיבור ומעשה, מיט כל הענינים הכי טובים.
¶11ובפרט נאך אז מ'איז דאס מקשר, מ'וועט מאכן א שליחות אויף געבן א צדקה, וואס ענין הצדקה איז דאך, כמדובר, אז צום אלעם ערשטן ווערט דאס א כלי אויף כל הברכות, און דערנאך איז דאס ממשיך כל הברכות, ווארום דער ענין פון א כלי פון קדושה איז דאך, אז ניט נאר ער איז מקבל, נאר ער איז אויך ממשיך דעם אור ער זאל נמשך ווערן אין ער כלי כביכול בדרך של הכרח, ובדרך מובן וגם פשוט, אז וויבאלד אז ס'ווערט נמשך כל המקיפים השייכים אל הפנימיים, איז דאך פשוט, אז ס'ווערן גלייך אויך נמשך אט די מקיפים וואס זיי זיינען נאך העכער פון אלע מקיפים, אפילו פון יחידי שבנפש, און דאס איז אויך פארבונדן מיט מעשה בפועל, ובפרט אין מעשה וואס איז פארבונדן מיט זמן שמחתנו מיט ימים טובים בכלל, און תנו מנות לאשר אלה, ווי דאס איז אין חג הסוכות במיוחד, אז נוסף אויף דערויף וואס ער גיט אויף צדקה, וויבאלד אז ס'שטייט אזוי א דין אין שולחן ערוך, איז ער אויך מוסיף אויף דערויף דער לפני משורת הדין, וואס איתה הטוב הישב בין הוי אלקיך, וואס דאס איז אויף דערויף וואס ער טוט לפנים משורת הדין, איז דאך יעדער ענין וואס שטייט שוין אין שולחן ערוך אדער אין פוסקי דינים שלאחרי השולחן ערוך, וואס מ'רופט זיי אן אחרונים, און אחרונה-אחרונים, אבער פוסקים, ווערט דאס אן ענין של דין, און אויף דערויף איז ער מוסיף לפנים משורת הדין, און אין דערויף איז ער מוסיף ביי זיך אליין, ניט נאר לפנים משורת הדין פון זיינע מקיפים, און מקיפים למקיפים, ענין של יחידה, נאר אויך מוסיף ווי ס'איז העכער פון כל ענין השמות, כמוזכר לעיל, אז דאס איז די הדגשה פון בשם השם, ועוד והוא העיקר, אז מ'איז מרבה אין ענין הצדקה, הלוך והוסיף ואור און דאס איז נאכמערער מזרז ומקדים די מעשה הכי עיקר והכי פנימי והכי מקר
¶12והכי מקיף למקיף והכי עצמו מקורי, גאולה האמיתית והשלימה עי' משיח צדקנו, תיכף ומיד ממש.