Paragraph
Paragraph rh-bhv5wxgz
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jqqpyb7t
- order
- Ls
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- לימוד התורה וואס דאס איז דאך מרומז אין אות ו", און אויף קיום המצוות וואס שטעלן זיך אויס אין מחשבה דיבור ומעשה, וואס דאס זיינען דאך די ג'קוין פון אות ה, וואס דערפאר איז דאך אויך דער דריטער קו, דער קו המעשה בהפסקה פון דעם קו פון מחשבה ודיבור, ווארום איידער איד טוט א זאך במעשה בפועל, טראכט ער נאכאמאל איבער וואס סאגט אויף דערויף די תורה ווי זי שטייט במחשבתו של הקב",ה, און ווי ס'קומט דערנאך אראפ דער פסק-דין אין תורה וואס דאס איז דוקא בדיבורו של הקב",ה, ווי זי שפיגלט זיך אפ און קומט אראפ בפועל, תורה לא בשמים היא דוקא אין א פסק-דין פון א אידן, ווי ער געפינט זיך דוקא א נשמה בגוף, כידוע די ראי'פון דער מעשה מיט רבא בר נחמנא בארן נחמני, וואס מ'האט געדארפט האבן וויסן, זיין זיכער, אז ס'איז דוקא א נשמה בגוף.
- proofread
- 0