Paragraph
Paragraph rh-bc0hkjzw
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-8c9hgq2e
- order
- Kf
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מחזיר קומט צו א נייע לימוד, ביז אויך א נייע לימוד אין יסוד היסודות ועמוד החכמות, כמוזכר לעיל. און אף על פי כן זעט מען דאך אויך מנהגים של ישראל תורה הוא אז מ'הויבט אן נאכאמאל א מחזיר חדש, וואס אף על פי וואס דאס איז נאכאמאל, און מ'האט שוין געלערנט שוין כמה פעמים לפני זה, איז דאך לכאורה איז דאס אן איבערגעלערנט זאגט מען אויף דערויף, אז ס'איז ניט נאר כך חדשים נאר ס'איז אויך חדשים, און דאס ווערט חדשים על פי תורת אמת, ביז וואנענט אז ס'ווערט באמיתיות אין סברות חדשות, ביז אין אן אופן פון אין ערוך, כאילו ווי ער וואלט דעם ערשטן מאל געזען אט דעם לשון און די הלכה, און מיט די פרטי ההלכה, און במילא איז אים צוגעקומען א דבר חדש, וואס ביז איצטער איז דאס ניט געווען, על דרך ווי אינגאנצן לימוד הרמב״ם קומט צו דער ענין פון יסוד היסודות ועמוד החכמות. איז דאך דא אויך א לימוד מיוחד בקשר מיט א יארצייט, מיט קשר מיט יומי ההילולא, ובפרט נאך פון אן אדם השלם, ביז וואנענט אז די שלימות דריקט זיך אויך אויס אין מספר שנים גשמיים, אז דאס איז שבעים שנה.
- proofread
- 0