Paragraph
Paragraph rh-b4z349em
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-y46c9fhx
- order
- 5o
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז מ'איז ארויס פון מצרים און פון גלות, און מ'איז אריין אין א מעמד ומצב אז מ'איז א פרייער פאלק, און מ'ווערט אנגעפירט פון דעם אויבערשטן דורך משה עבדו, דורך זיין תורה וואס ער האט געגעבן דורך משה'ן, און ווייזט-אן אלע איינצלהייטן פון יעדן טאג, ווי אזוי מ'מאכט פון דעם טאג און פון זיינע פרטים א לעבעדיקע זאך, און א לעבעדיקע זאך, ווי געזאגט, אז דאס גיט-צו נאכמער לעבעדיקייט אין די טעג פון וועלכע מ'איז שוין אפגעציילט, און דאס גרייט-צו נאכמער לעבעדיקייט אין די טעג אין וועלכע מ'גייט אריין, דורך דעם וואס דעם טאג גופא מאכט מען נאכמער לעבעדיקער ווי ער וואלט געווען אן דעם סלום, און ווי ער וואלט געווען דורך דער צוגרייט ציילונג פון די טעג לפני זה, פאר דעם, גיט מען נאך צו נאכאמאל א ספעציעלע ציילונג אין דעם טאג פאר זיך, וואס דא קומט דאך צו דער נייעס וואס מ'זעט אין ספירת העומר, אזוי איז דער דין, ווי מ'זעט דאס אויך בא קידוש און די עלפי כיוצא בזה, אז שהחיינו מאכט מען מערניט ווי דעם ערשטן טאג יום-טוב, און דער טעם פארוואס מ'זאגט ניט נאכאמאל שהחיינו דעם צווייטן טאג? דערפאר וואס אז מ'האט געזאגט דעם ערשטן טאג, ווי מ'זעט דאס אויך אין שבועות, איז בשעת ס'איז ניטא קיין ספק ווי ס'איז געווען בזמן שבית המקדש הי'קיים, האט מען געזאגט שהחיינו מערניט ווי דעם ערשטן טאג, בשעת ס'איז געווארן א ספק וואס איז דער עיקר און וואס איז דער טפל מערניט ווי א צוגרייטונג אין חוץ-לארץ, וואס דעמאלט האט מען געהייסן מאכן שחיינו צוויי טעג, משא נכן בשעת מ'מאכט א שחיינו אויף א זאך וואס איז ניט שייך אין דערויף קיין ספק, ווי שחיינו וואס אידן מאכן בשעת מ'עסט א נייע זאך אדער מ'טוט-אן א נייע קלויד, איז בשעת מ'טוט אים אן צום צווייטן מאל איז מען יוצא, ס'איז דאך א פארשטענדלעכע זאך,
- proofread
- 0