Paragraph
Paragraph rh-b14e36r7
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-by6gsh9g
- order
- Ib
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- האט ער שוין די גאנצע תורה, פון בראשית ברא אלקים ביז לעיני כל ישראל, אלס א ירושה, און ער ווערט אויף דערויף אנגעזאגט, אז ער זאל דאס אפהיטן און ער זאל דאס לערנען, לויט ווי זיין פארשטאנד נאך, בשעת ער איז שייך צו בן חמש למקרא אלס מקרא, און טאן נאך פאר דערויף לערנט זיך מיט אים די מוטער, אדער דער פאטער, אדער דער מחנך אדער דער עלטערער ברודער און שוועסטער, אויך פסוקים פון תורה, אדער אין לשון הקודש, אדער איבערגעזעצט אין אן אנדער לשון, אויף ביז דער קינד זאל דאס פארשטיין לייכטער און בעסער. און אט דעמאלט איז דאס אויך דער קינד האט בירושה און דערפילט דאס, ווי אזוי דאס איז אים מחייב, דאס גיט אים לעבעדיקייט, ובפרט נאך אז די עלטערן זיינע האבן אים אויסגעקליבן גוטע מחנכים אדער מחנכות איז אט זיי זיינען אים, העלפן אים ארויס, אז ער זאל אליין פארשטיין, דורך דערויף וואס מ'העלפט אים ארויס פארשטייט ער אליין, און דאס נעמט אים אינגאנצן דורך. וואס אט דעמאלט ווערט דאס זיין חיינו ואורך ימינו, און דאס גיט אים נאך א הוספה אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות,
- proofread
- 0