Paragraph
Paragraph rh-b0y56k38
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-hgerfd0p
- order
- 6C
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ובפרט ווען דאס רעדט זיך א דירה פון א מלך, איז דאך באוואוסט, אז דאס איז דעמאלט וועט ווערט די דירה, וויבאלד אז דאס איז פון א מלך, ווערט זי ניט סתם א דירה, נאר א דירה ווי א פאלאץ, וואס א פאלאץ האט דאך דער אונטערשייד לגבי א דירה, אז ס'האט אין זיך אלע שיינע זאכן און אלע טייערע זאכן, און אויך והוא העיקר אלע הייליקע זאכן, האלט מען דאס ניט אין א פעלד און ניט אין א מיטן שטאט, אין א גאס, נאר מ'האלט דאס דוקא אין דער גירה פון דעם מענטשן, להבדיל, צו וועמען די זאכן געהערן, און אזוי אויך, די אידן ווערן דאך אנגערופן בשם אדם, ווי דער פשוט'ער טייטש אין דעם איז א מענטש, צוזאמען דערמיט זאגט מען, אז אדם איז פון דעם אויסדיקער אדמה אויף א מענטש דארף זיך צוגלייכן, ביז וואנענט אדמה לעליון אז אין וואס פאר מעמד ומצב ער זאל זיך ניט געפינען שטרעבט ער, און טוט אלץ וואס הענגט אפ אן אים, כדי ער זאל ווערן צוגעגליכן צו דעם אדם אשר על הכסא ווי דער לשון אין די נבואה איז, אז בשעת מ'האט געזען דעם אויבערשטן האט מען דאס געזען אין א משל
- proofread
- 0