English
ספרייה
kind
paragraph
order
RY
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס זיי זיינען זיך מקיים און מחוייב בזה, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך, זאגט מען דאך אויך, אז מודה אני לפניך און דערנאך איז מען מסיים שהחזרת בי נשמתי, אז דער אויבערשטער האט אליין אפגעלייגט אלע זיינע זאכן און פארנומענקייט, און גיט זיך אפ מיט יעדער אידן, בפרט מיט אידישע קינדער, אז יעדן אינדערפרי איז דער אויבערשטער אליין קערט אים אום די נשמה, אן אפגעפרישטע, אין א געזונטן גוף, און ער האט א געזונטע נשמה, במילא האט ער א געזונטן טאג און א געזונטן לעבן, ווארום דאס איז דורכגענומען מיטן אויבערשטן, וואס ער איז דאך דער מקור דער קוואל פון וואנענט מ'נעמט געזונט און אלע ברכות, און דערנאך האט מען דעם גאנצן טאג א הייליקן טאג, במילא האט דאס אויך א געזונטער טאג, און מ'נוצט אויס דעם טאג, ובפרט נאך קינדער, תינוקות של בית רבן, אז זיי זאלן איבער'חזר'ן וואס מ'האט געלערנט אין חדר אדער אין תלמוד-תורה אדער אין ישיבה קטנה אדער אין א ישיבה סתם די תורה פון דעם אויבערשטן, און ווי אזוי מ'זאל מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס מצוות,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים