פסקה
פסקה rh-azxz95cy
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-647e4mm4
- order
- NF
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- עאכו כמה וכמה אויף עולם הזה התחתון, וואס דארט איז דירת המלך, נעשה לו דירה לו יתברך בתחתונים און דאס קומט דערנאך נשתלשל, און דאס ווערט בא יעדער ברית, און דורך דערויף בא די עלטערן, און דורך פון דעם רך הנימול, און דורך דערויף בא זיין א גאנצע סבימה וחלקו בעולם, און דורך דערויף בא כלל ישראל, וואס דערפאר איז דאך א ברית עולם פון ברית מילה פון איין און איינציק קינד פארבינדט דאס אלע אידן צוזאמען, ווי פארשטאנדיק אויך פון די נוסחאות התפילות והברכות, וואס דאס איז אויך יש לומר די שייכות וואס דאס האט צו אליהו זכור לטוב אלס מבשר הגאולה, בשעת אלע אידן פארבינדן זיך אויך בגלוי, ביז אין אן אופן פון אחדות, בטל בדרך ממילא די סיבת הגלות קומט גלייך די בשורה טובה על ידי אליהו הנביא זכר לטוב, אז צמח עבדי הנה זה בא ביז אין אן אופן אז מ'זאגט זה מראה באצבעו ואומר זה. וואס דאס איז אויך פארבונדן, כאמור, מדברי כבושים, אז א איד איז מחליט בא זיך אויף מבטל זיין, און ניט נאר מבטל זיין נאר מהפך זיין, ביז אין אן אופן אז דאס ווערט דער זכיות און טובות און מעשים טובים נאך מערער ווי ס'גייט דא ביי א צדיק גמור, עד כדי כך, אז אפילו צדיק גמור איז ניט נאר ער האט ניט די דרגא, נאר אין יכולת לעמוד שם עד כדי כך ווערט אט די דרגא, און דער ענין איז באווייזט גלוי לעיני כל, אז דאס איז געגעבן געווארן כח צו אנשים ונשים וטף, וויבאלד אזוי דארף מען דאס זאגן און לערנען פרשה פינחס מיט פריער טאקע פשוטו, און דערנאך מיט אלע רמזים שבזה, איז דאך דאס פארשטאנדיק, וויבאלד אז אינו מבקש אלא לפי כוחם אז דאס איז אינגאנצן אין דעם הישג פון זייער כח, ווי דאס איז נאך כוחם נאך איידער מ'באקומט דורך דעם סיוע מלמעלה, און נאכמער דעם עזר
- proofread
- 0