transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1על פי הנהוג פון דברי כבושין, על כל פנים בקיצור, ובפרט נאך אז ס'קומט דאך בהמשך צו די ענינים וואס ס'האט זיך גערעדט א טאג פאר דעם, וואס ס'איז געווען דער טאג פון שבת, דמיני'מתברכין כולהו יומין און וואס בשנה זו איז דער חל דער שבת אין שבעה עשר בתמוז, און במילא ווערט דאס אן ענין אז דאס איז דוחה דעם ענין התענית,
¶2וכמפורסם דער מאמר ופתגם ונתינת כח פון נשיא דורנו, וואס ער האט איבערגעגעבן אויך בשם אביו, וואס איז געווען זיין אין על המקום, צוזאמען מיט זייענדיק א בן יחיד, אז וויבאלד אז ס'איז דא דוחה יהי רצון ער זאל אינגאנצן נדחה ווערן, וכמדובר אויך בשבת, איז דאך אויך פארבונדן דאס מיט דעם מאמר הנשיא ר'יהודה הנשיא, וואס האט אויך על דרך זה געזאגט, ווי די גמרא ברענגט דאס אראפ, אז וויבאלד אז נדחה איז ביי אים געווען א קא-סלקא-דעתך און מ'זאל דאס אינגאנצן דוחה זיין, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן ווי אלע ענינים אין תורה, און ווי דער רמב זאגט, אז אפילו הלכות שבתורה איז דאס אן ענין פון לא יישר הלבבות, אז די אלע ענינים ופרטים, וואס זיי זיינען דאך יעדער פון זיי א גאנצער כלל זיינען זיי לישר הלבבות, אז דורך דערויף וואס יעדער עיר אנשים ונשים וטף, מצד חינוך ובמהבית שכר למבייהם, אבער ס'איז אויך מיט א גאנצן שטורעם פון קול תינוקות של בית רבן, זיי זיינען מחליט בא זיך און הויבן אן טאן אין דעם במעשה בפועל, ומעשה הוא העיקר, אויף צו דוחה זיין כל הענינים וואס זיי זיינען געווען א סיבה, אז ס'זאל דערנאך קומען במשך הזמן דער ענין פון די צומות, כולל אויך דעם פון צום הרביעי, וועגן וועלכן ס'רעדט זיך איצטער, און דוחה זיין דאס אין אזא אופן אז ס'זאל ניט בלייבן קיין רושם כלל וכלל, ואדרבא, ס'זאל זיין דער ענין בזה, אז דאס איז נפחה כזכיות, און נאך מערער, ניט א כ'ה דמיון, נאר זכיות ממש, זכיות פון א בעל תשובה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון א תענית, ווי דער רמב עם זאגט בנוגע צו תענית, אז דאס איז מדרכי התשובה היא הוא זאל נאך אינגאנצן דוחה זיין ביז וואנענט אז דאס וועט בטל ווערן, און פונק ווי בא די ד'צומות איז דאך ניט מספיק אז דאס זאל בטל ווערן,
¶3נאר דאס זאל נאך ברענגען יתר שאת ויתר עוז, ביז צו ימים טובים ומועדים.
¶4אין דערויף בעל תשובה עילאה, ווי ער איז מבאר די אלע ד'דרגות אין דער פרשה אין סיום וחותם פון פרשה בלק, דער מיני אזלינין וואס דאס איז דאך דער שבת פרשה בלק איז דאך מיני אזלינין און פון דעם שבת ווערט געבענטשט כל הענינים שלאחרי זה, על אחת כמה וכמה דאס וואס קומט גלייך למחורתו דער ענין פון דעם תענית, אז דאס וואס ער איז עת רצון און זמן רצון להוי'איז דאס מעורר ביתר שאת וביתר עוז אין דעם רצון ביי א אידן, וואס איז אלעמאל בתקפו איז דאך זיין רצון, זיך אויפפירן ווי דער אויבערשטער וויל, און תכלית השלימות בזה, וואס דאס איז דאך תמידין כסדרן, ס'זאל נאך זיין אין דערויף ביתר שאת וביתר עוז, מוספים כהלכתם, פון בעל תשובה, ביז אין אן אופן כמדובר, בעל תשובה, בעל תשובה עילאה, אז ער ווערט באלעבאס אפילו אויף דער דרגא פון תשובה עילאה. איז דאך פארשטאנדיק, אז ער ווערט באלעבאס אויף כל מציאות העולם, און ס'ווערט בטל די אלע מסובבים וואס קומען מפני חטאינו בכלל, און מפני חטאינו פארבונדן מיט שבעה עשר בתמוז, אנהויבנדיק פון הכמצא ובכמצא וכו'בזה, דער ענין פון אהבת ישראל, ביז אין אן אופן פון אחדות ישראל. וואס דאס האט דאך אויך א שייכות מיוחדה צו דער התחלה פון פרשה פינחס, וואס דערמיט הויבט זיך דאך אן די וואך, און נאך לפני זה, אין שבועה שלפני זה, די קריאה פון ראבי דראבי פון שבת שלפני זה, וואס דאס איז דאך די התחלת הקריאה והפרשה והסדרה שכל היו ימים שלאחרי זה, בפרט נאך לויט די תורה און הוראה און נתינת-כח פון דעם אלטן רבי'ן, איבערגעגעבן דורך נשיא דורנו, אז מ'זאל לעבן מיט פרשת השבוע, הויבט זיך אן גלייך נתתי לו את בריתי שלום. ביז כדי כך,
¶5ציילט אין מדרש, אז דער אויבערשטער האט געזאגט פינחס'ן, וואס דאס איז דאך אויך פינחס זה אליהו אזוי ווי כנה כנותי אזוי איז זייער ענין איז דאך אן ענין פון כנאות איז דאס געווארן נתתי לו את בריתית שלום אז דוקא מצד הקנות שלהם איז דאך פינחס זה אליהו משתתף בבריתו של כל אחד ואחד מישראל, ביז וואנענט אז מ'זאגט אויך אין די נוסחאות התפילות וואס מ'זאגט בשעת הברית, און ווי ער איז מבאר אין מדרש, אז דער אויבערשטער האט דאס אים אנגעזאגט, אז ער וואלט קומען צוגיין און אליין זען דעם מעמד ומצב פון אידן, אז ער גייט אריין מיט א פיצל קינד בן שמונת ימים, ביז וואנענט ווי דער רמב'ם פסק'נט להלכה, אז מ'וואו ס'ווארטן ביז דעמאלט, דערפאר וואס פאר דערויף איז דאס אן ע על פי כוח נפש, סכנת נפשות ממש טאר מען דאס ניט, און ערשט דעמאלט הויבט זיך דאס אן, און אף על פי כן בלייבט נאך אלץ אן ענין פון צייער דעינוקא און סכנה דעינוקא וכו'וכו קומט צוגיין אליהו הנביא, און איז צו יעדער ברית בפני עצמו, און קוקט זיך צו, און מ'גיט אים א כוסו של אליהו הנביא, און קוקט זיך צו די מסירת-נפש פון א פאטער און א מוטער, אז זיי נעמען זייער פיצל קינד און מ איז מקריב דמי כדי ער זאל זיין דורך דערויף אריינגיין אין ברית עולם מיט כלי עולם, און אויך אין אן אופן, אז דאס זאל דערנאך פועל זיין אין עולם כפשוטו, אין חלקו בעולם פון דעם פיצל קינד ווען ער וועט אויסוואקסן, און וואס שוין ווערט ער בעה בית אויף דער גאנצער וועלט גלייך ווי ער ווערט געבארן, איז דאך געווארן אלס בנו יחידו של מלך מלכי המלכים הקב,"ה וכידוע דער משל און די ווערטער און די הוראות בזה פון דעם בעל שם טוב, איז דאך פארשטאנדיק, אז א בן יחיד פון מלך מלכי המלכים מלך כל הארץ כולו, איז דאך נאך בחיי המלך ווערט ער שוין באלעבאס אלס בנו יחידו פון דעם מלך, נכסו המלך,
¶6עאכו כמה וכמה אויף עולם הזה התחתון, וואס דארט איז דירת המלך, נעשה לו דירה לו יתברך בתחתונים און דאס קומט דערנאך נשתלשל, און דאס ווערט בא יעדער ברית, און דורך דערויף בא די עלטערן, און דורך פון דעם רך הנימול, און דורך דערויף בא זיין א גאנצע סבימה וחלקו בעולם, און דורך דערויף בא כלל ישראל, וואס דערפאר איז דאך א ברית עולם פון ברית מילה פון איין און איינציק קינד פארבינדט דאס אלע אידן צוזאמען, ווי פארשטאנדיק אויך פון די נוסחאות התפילות והברכות, וואס דאס איז אויך יש לומר די שייכות וואס דאס האט צו אליהו זכור לטוב אלס מבשר הגאולה, בשעת אלע אידן פארבינדן זיך אויך בגלוי, ביז אין אן אופן פון אחדות, בטל בדרך ממילא די סיבת הגלות קומט גלייך די בשורה טובה על ידי אליהו הנביא זכר לטוב, אז צמח עבדי הנה זה בא ביז אין אן אופן אז מ'זאגט זה מראה באצבעו ואומר זה. וואס דאס איז אויך פארבונדן, כאמור, מדברי כבושים, אז א איד איז מחליט בא זיך אויף מבטל זיין, און ניט נאר מבטל זיין נאר מהפך זיין, ביז אין אן אופן אז דאס ווערט דער זכיות און טובות און מעשים טובים נאך מערער ווי ס'גייט דא ביי א צדיק גמור, עד כדי כך, אז אפילו צדיק גמור איז ניט נאר ער האט ניט די דרגא, נאר אין יכולת לעמוד שם עד כדי כך ווערט אט די דרגא, און דער ענין איז באווייזט גלוי לעיני כל, אז דאס איז געגעבן געווארן כח צו אנשים ונשים וטף, וויבאלד אזוי דארף מען דאס זאגן און לערנען פרשה פינחס מיט פריער טאקע פשוטו, און דערנאך מיט אלע רמזים שבזה, איז דאך דאס פארשטאנדיק, וויבאלד אז אינו מבקש אלא לפי כוחם אז דאס איז אינגאנצן אין דעם הישג פון זייער כח, ווי דאס איז נאך כוחם נאך איידער מ'באקומט דורך דעם סיוע מלמעלה, און נאכמער דעם עזר
¶7פון הקב",ה בכבודו בעצמו אתערותא דלילא וואס קומט על ידי זה. וואס דאס איז אויך די שייכות מיוחדה אין קביעות שנה זו, אז גלייך ווערט דער ענין פון שבעה עשר בתמוז, צוזאמען מיט דער התחלת מיט דער קריאה אין פרשה פינחס, וואס פינחס זה אליהו און אין דערויף גופא מיט התחלת הפרשה,
¶8כמוזכר לעיל דער אנזאג און דער שנאת-כח פון דעם אלטן רבי'ן, אז מ'לעבט מיט דער חלק הסדרה פון דעם טאג, וואס דאס איז דאך די התחלת הסדרה, זאגט מען אז ענין נותן לו את בריתית שלום בכאן את קינתי דערפאר וואס ער האט דאס געטאן צוליב אידן, און דורך דערויף האט מען אים דערנאך געמאכט, אז ער האט זעט בעונו ווי אזוי דאס האט פועל געווען, און דאס איז פועל אין אן אופן פון ברית עולם ווערט דאך פארשטאנדיק, אז דאס היילט נאכמערער צו פינחס אנזאג, אז ס'זאל קומען משיח צדקנו ביז אין אן אופן אז דאס ווערט אין אן אופן נותן לו את ברית ישלום אין אן אופן זה ומראה בהצבעו ואומר זה, אז ס'איז שוין געקומען די גאולה, ווארום מ'האט דאך די הבטחה, אז לא עיקבה אפילו כהרף עין, ובכלט נאך אז בהמשך ווי ס'האט זיך גערעדט אין דעם שבת פרשה פינחס וואס איז געווען בשנה זו, אין שבעה עשר בתמוז, וואס ס'האט גערעדט אז שבעה עשר איז בגימטריא טוב, און בשעת ער ווערט אפילו נדחי, ווערט ער נדחי צו א טאג וואס דער טאג איז אויך אן ענין פון חי בחודש. און מ'האט נאך א מעלה, בשעת מ'דארף איבערטייטש און ארויסגעפינען און אפטייטשן וואס איז די שייכות פון זיבעצן מיט טוב דארף מען מאכן א גאנצן חשבון פון די אותיות פון זיבעצן, ביז וואנענט אז מ'כאפט זיך אז ס'איז די זעלבע גימטריא ווי דער ווארט טוב, משא נכן דער יום חייף שבחודש, איז די ווערטער אליין וואס גיבן ארויס אט דעם מספר א יו ד מיט א ח', און וואס א יו ד איז דאך א נקופה און התחלה כל האותיות, ווי דער דין איז בשעת מ'שרייבט אותיות הויבט מען זיך אן מיט א נקודה אפילו בא ניט-אידן, עאכו'כמה ווען ס'רעדט זיך וועגן א כתיבה פון אותיות קדושים אותיות קדושות איז דאך אין אן אופן אז מ'הויבט אן מיט א נקודה, מיט א יו ד, און דערנאך בלייבט דאס אגר א יו ד, אבער מיט קויסן, קויס התחתון און קויץ העדום, וואס דאס איז כולל כל האותיות כולם,
¶9און ביז אז ס'קומט אויך ארויס דער אות ח, וואס דאס איז ראשי תיבות חי, און דאס גיט נאך מערער צו אין א חי עתינא לבו, וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן ענינים פון חי, ביז אז דאס פארבינדט יעדער אידן און אלע אידן מיט מחי'חיים,
¶10זה, אז מ'זאל מקדיש זיין כל השנה כולה אויף השתדלות מיוחדה, אויף נאכמערער אויפטאן אין חינוך, וואס חינוך הויבט זיך אויך אן מיט א חס, ועל דרך זה חנוכה, ועל דרך זה די הוראה פון חינוך, אנכי על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנו, וואס אף על פי וואס אין פסוק שטייט לנער איז דאך ידוע די צוואה פון נשיא דורנו, וואו ער האט דאס איבערגעגעבן די סבאה פון זיין פאטער, אז בנוגע צו מיידלעך איז דאס נאך ביתר שאת וביתר עוז, און דער חינוך על ידי הנשים איז נאך מערער נוגע בכמה ענינים, און טוט נאך מערער אויף, בפרט נאך אין דעם גיל פון תינוק הצריך לאמו, איז דוקא דעם חינוך וואס ער באקומט פון ימו. וואס דאס איז אויך דער קשר האמור, אז מ'זאל מאכן החלטות טובות נאך אין דעם שבת, וואס בשבת בכלל מפקחין על צרכי ציבור בשבת, על אחת כמה וכמה אין דעם שבת וואו מ'לייענט וועגן די עתקייא דבית יעקב, מה טובה אליך יעקב און דערנאך רובה, ווי אפגעטייטשט אין תרגום, און אפגעבראכט אין רש",י, און מבואר בארוכה אין מאמרי חסידות אויף די פסוקים, רוב היעקב און דער חלק יעקב מיט די אלע אין די לשונות שבזה, זאל דאס גלייך זיין אין דערויף די החלטות טובות בהנוגע צו חינוך הילדים והילדות, עד כדי כך אז מ'וועט גלייך מאכן דעם שטורעם בהתחלת הפעולות, אז מ'האט אין דערויף די החלטה ממשיך זיין בזה, במשך כל השנה כולה, אויך דעם אפטייטש בזה, ווי קוקנדיק וואס במשך השנה איז דאך דאס כמה וכמה שינויים, ביז וואנענט אז ס'איז כולל אין זיך א שנה שלימה, כל השינויים אפשריים, וואס דעמאלט האט זי דאך אין זיך און מ'איז מהפך און טוט-אויף אין כל הענינים לטוב, אז זי אלע שינויים זאלן זיין שינויים מערניט ווי לטוב,
¶11און אנהויבנדיק אויך אין דעם ענין וועגן די השתדלות אויף גלייך מוסיף זיין אין דער חינוך ההולדים וההולדות, אז ס'זאלן זיין א גאנצן מעת לעת, אן קיין איבעררייס, אין אזוינע ד'אמות און אין אזא ארום, אז דער גאנצער ארום איז אל טהרת הקודש, ניט באגנוגענען זיך מיט אל טהרת הקשרות, כמדובר בארוכה לפי ערך אין דעם שבת שלפני זה, וואס דאס איז אויך שווער אויסצופירן אין א בית פרטי וואס געפינט זיך אין א רשות הרבים, וואס דארט איז דא רוחות מצויות, און אמאל רוחות דא בלתי רצויות און בלתי רגילות, ביידע זאכן, ווארום ער געפינט דאך, כאמור, אין א רשות הרבים, במילא מצד עניני גלות, און דארף ער האבן צוטאן און דארף מתקן זיין אויך דעם גלות פון אין רשות הרבים, משא'כן אז מ'שטעלט זיי אריין במשך פון כמה ימים, ביז וואנענט אז ס'ווערט בא זיי א הרגל טבע שני, און נאכמערער א טבע ראשון די הנהגה על טהרת הקודש, וואס דאס פירט מען אויס אן איבעריקע אנשטרענגע, און מער בשלימות דוקא אין א מחנה קיץ.
¶12און יהי רצון, אז די וואס האבן שוין דאס געטאן זאלן זיך משתדל זיין, אז מ'זאל מוסיף זיין אין די הנהגות פון דער מחנה קיץ נאך מערער אין לימוד פון הלכות בית הבחירה, ועל דרך זה אויך אין לימוד הלכות אלו, מחוץ למחנה קיץ, און אפילו ווי בנוגע בכל עניני מלימוד התורה, איז אויך באתהלכך הולך בדרך דארף ער זיך אויך טראכטן, אדער אויב ס'איז מותר אויך רעדן אין הלכות תורה, ואדרבא מ'טאר גאר ניט מפסיק זיין דעמאלט, כמדובר און בארוכה, אין די פרקי אבות, ובפרט נאך אז ס'האט זיך אנגעהויבן איצטער די שבת די וואך, פארבונדן מיט פרק ששי, וואס ענדיקט זיך מיט דעם ענין אז כל מה שברא הקב",ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו וואס זיכער איז דאך דער עיקר חידוש בדבר, אז דאס מיינט מען אין עלמא די פרודה עצמם, דעם עולם התחתון שאין תחתון למטה הימנו, איז ניטא קיין איין און איינציקער פרט בכל עולם זה, סיידן דאס איז אן ענין וואס אין דערויף איז שייך כבודו של הקב",ה, און צוליב דערויף איז אויך אט דער פרט באשאפן געווארן, און ווי ער טייטשט דאס אפ אין פרקי אבות עצמום, אז אין כבוד אלא תורה אז דאס איז פארבונדן מיט לימוד התורה און קיום המצוות, וואס דערפאר איז דאך אויך, כאמור, ממוזכר בנוגע צו די הנהגות אין דעם מחנקאיות מוסיף זיין אין טהרת ענינים פון טהרת הקודש בכלל, אנהויבן פון א הוספה, נוסף אויף דעם ענין פון הלכות ההלכות הזמן גרמא, דאס איז אויך כולל הלכות בית הבחירה, בית המקדש וכו,' אנהויבנדיק אויך מיט די פסוקים אין תורה שבכתב, וואס מנא הני מילי דאמר קרא וואס דער בנין בית הבחירה, ווי דער רמב אים ברענגט גלייך אראפ בתחלתם, איז א טייל האט מען גענומען פון משכן משה, און דערנאך ווי דערציילט בהנוגע צו מקדש
¶13שלמה, און א טייל האט מען גענומען פון די פרקים אין יחזקאל, פון בנין יחזקאל, ווי ער איז דאס אלץ מכבד די אלע לימודים צוזאמען אין דעם זעלבן פסוק פון ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם. און יהי רצון, אז פון די אלע ענינים זאלן אראפ החלטות בפועל, און די החלטות בפועל זאלן גלייך אנהויבן אויספירן בפשטות ובמעשה בפועל, כמוזכר לעיל בארוכה, ניט יותר זיין אפילו מיט שלוחו כמותו, וואס אין דערויף גופא איז דאך אויך די הלכה, אז אף על פי וואס שלוחו כמותו איז דאס מער מובחד אז ער זאל דאס טאן אליין, מצוה בו יותר בשלוחו, על דרך זה אויך איז מען זוכה, אז דער אויבערשטער גיט מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, ניט דורך שרים און ניט דורך אומות וכיוצא בזה, נאר גיט דאס מצוה בו יותר מבשלוחו, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז ער גיט בהישג יד שלו, וואס דאס דארף זיין אפילו ווען ער גיט על ידי שלוחו, על אחת כמה וכמה בנוגע דעם סבר פנים יפות פון דעם אויבערשטן, וואס זאל זיין דעם מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה אן קיין אריינמישן גמיזי מי שהוא, נאר אידן זאגן, אז מיר האבן צו-טאן מערניט מיט אבינו שבשלו מים, און מ'האט דאס פארדינט נוסף וואס ער דארף דאס טאן מצד דער צדקה שלו, האט מען דאס אויך פארדינט, ביז וואנענט אז כביכול ס'קען זיין די צביעה בזרועה, בפרט נאך אז מ'געפינט זיך אין חודש תמוז, וואס ערשט איז געווען פאר דעם שבת שלפני זה די ימי הגאולה, וואס ס'האט זיך מוסר-נפש געווען דער בעל הגאולה, על הפצה פון ענינים של הקב."ה, די רגעת תורה ומצוותי', און האט אויך מכריז געווען און מודיע געווען און מפרסם זיין, הלא יוסי בלבד גאו להקב ונאר יעדער אידן און אלע אידן, אפילו אזא וואס בשם ישראל יכונה איז דאך שוין די גאולה, אפילו בשם ישראל יכונה על אחת כמה וכמה פון סתם אידן, על אחת כמה וכמה פון בשם ישראל יכונה ווען שנת הכל
¶14טוט אויף, און ער ווערט א קהל גדול אחד, צוזאמען אנשים נשים וטף, מכל הסוגים ביחד. און אט דעמאלט איז דאך א זיכערע זאך אז ס'איז גובר די קדושה שבדבר און גובר כל הענינים המספים הזה, און דאס נעמט-דורך יעדערן און אלעמען, ביז וואנענט אנשים נשים וטף ווערן א קהל גדול וואס ווי מ'זאגט בנוגע צו הקהל שטייען זיי אין א מעמד ומצב אפילו דער טף, על אחת כמה וכמה אנשים ונשים, אז למען ישמעו און למען ילמדו לשמור את כל דברי התורה הזאת, און דאס זאל זיין אין אן אופן נצחי, ווי דער פסוק טייטשט דאס אפ בפירוש, אין פשוטו של מקרא, על אחת כמה וכמה אז מ'האט זיך מוסיף געווען בכמה החלטות טובות אין דעם שבת דמיני אז לינען, און וועט זיכער אויך מוסיף זיין נאך מערער, כמדובר לעיל, בענינים האמורים, ובכללות הענינים פון תורה ומצוותי', אין אן אופן אז דאס וועט צוהיילן דעם מספר העשירי, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון דעם גאנצן ספר במדבר, וואס ס'ווערט דאך אנגערופן ספר הפקודים על עיקר ועל שם פארבונדן די פקודים וואס אין תחילת ספר במדבר, און אויך די פקודים וואס זיי זיינען אין פרשה פינחס, וואס היינט איז די התחלה שבו, און גלייך אין דער התחלה רעדט זיך שוין וועגן אט די ענינים, און דערנאך קומט אויך דער מנין בפועל, און דאס זאל קומען בפועל ממש, אז משיח צדקנו והקב'ה איז מונג במספר צבאים,
¶15ס'רעדט זיך וועגן כוכבים, און דאס איז מערניט ווי דומים לכוכבים ווארום אידן שטייען נאך העכער פון כוכבים און פון חמה ושמש ולבנה וכו כמדובר ומובן וגם פשוט, וואס דאס וועט שטיין בגלוי, אין אן אופן וואס מראה באצבעו ואומר זה און מ'וועט זען ווי אזוי דער אויבערשטער ווי ישראל בלחודוהי איז דאס שוין ניט ווארטנדיק ביז שמיני עצרת, נאר שוין גלייך נאך אין חודש תמוז, ובסמיכות צו שבעה עשר בתמוז, על אחת כמה וכמה אז מ'שטייט שוין בחי תמוז, און מ'וועט אויך נאך מוסיף זיין אין מצות הצדקה, זאל די צדקה נאכמערער צוהיילן ביז וואנענט ס'וועט קומען דער בפועל ממש פון דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו אין אן אופן וואס מראה באצבעו ואומר זה.