עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-awbq9tpt

kind
paragraph
order
A
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק בנוגע צו די מבצעים המיוחדים, צו חודש אלול. לכל לראש אויף רעדן און פועל זיין אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן, מדברים היוצאים מן הלב, וואס דעמאלט הייסט נכנסים אל הלב ופועלים פעולתם, און דורך באווייזן א דוגמא חי'אין די אלע ענינים לרעך ביז אין אן אופן כמוך, וואס אין דעם רעך איז דאך נכלל כפתגם הידוע פון נשיא דורנו, יעדער איד צו וועלכן קען דערגרייכן אפילו אזא ווי וואס ער האט אים קיינמאל ניט געזען און קיינמאל ניט געטראפן און קיינמאל ניט גערעדט, און האט גאר ניט געוואוסט וועגן זיין מציאות ביז מיט א רגע לפני זה, כמדובר בארוכה כמה פעמים. וואס דאס איז אויך פארבונדן, כמדובר, אין די מבצעים פון חודש אלול במיוחד, אנהויבנדיק פון דעם מבצע, אנהויבנדיק פון דעם מבצע פון דער ראשי-תיבות'ן פון אלול, וואס ס'איז דאך אויך דער ענין דברה תורה קולתים, כמבואר בארוכה בכמה מקומות, אז חודש אלול איז דאס אין זמן, בדוגמא פון ארון מקלט במקום, דאס איז דאך אויך פארבונדן, ארון מקלט איז געווען סיי אין חוץ-לארץ און סיי אין ארץ-ישראל, ואדרבא די התחלה איז גאר געווען בחוץ-לארץ, ווי דערציילט בפשטות אין חומש, אף על פי וואס אינם קולטים, ביז לאחרי ההפרשה פון די הבדלה והפרשה פון ארון מקלט אין ארץ-ישראל, ווי רש'ברענגט דאס אראפ, וואס דאס איז דאך אויך אן עבודה פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין אדרבא הוספה פון נאך שלשה ארון מקלט, כמדובר בארוכה ווי אזוי דאס שטימט מיט דעם מעמד ומצב פון לעתיד לבוא, וואס את רוח הטומאה אעביר מן הארץ און מ'איז נאך מוסיף נאך דריי ארון מקלט, כמבואר בארוכה דער ביאור בזה בכמה מקומות,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions