Paragraph
Paragraph rh-avxfns8f
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-q2wbx3w2
- order
- 4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דאס אלעס אויב געזאגטע איז דאך יעדער טאג פון דעם גאנצן יאר, דאס קומט נאך נאך אין א גרעסערן אופן, ווען דער מלך איז בשדה, וואס דעמאלט באווייזט ער דאך, ווי דער אלטער רבי זאגט אז מ'פארשטייט דאס פון דעם משל, אז דער מלך געפינט זיך אויך מיט די מענטשן וואס זיי זיינען פארנומען מיט עבודת השדה, אפילו ווען זיי לעבן אין שטאט אבער זיי גייען ארויסגעפינען זיך דארטן, און זיכער די וואס דאס איז זייער עיקר באשעפטיקונג, וואס דאס איז ווען גאנץ חודש אלול, ובפרט נאך אז מ'האלט שוין צען טעג אין אלול און עלף טעג אין אלול, ווי דערמאנט פריער, האט מען דעם מלך מיט זיך בשדה, און אין דערויף האט מען אויך א קלארע אנווייזונג, ווי דערמאנט פריער בהנוגע צו יעדערן פון אייך, בתוך כלל ישראל, אין זיין אויפפירונג אין די איצטיקע טעג און אויך דעם גאנצן יאר, וואס איר זיינט דאך ערשט געקומען פון שדה איז זיינט דאך געווען אין א קעמפ, אין א מחנה, וואס ער איז געווען מחוץ לעיל, א קען וואס געפינט זיך אין שטאט געפינט ער זיך דאך ניט אין דער שטאט אלס א שטאט, נאר ער געפינט זיך אין דער שטאט אלס א באזונדער ארט און א באזונדער שטימונג אין וועלכע מ'רוט זיך אפ פון דעם גאנצן טומל פון דער שטאט, און מ'געפינט זיך אין א פרייעם פעלד, על אחת כמה אט די וואס זיינען געווען בפשטות אין שדה, און דארט זיינען זיי געווען מערערע טעג אדער מערערע וואכן נאכאנאנד, מערניט ווי צווישן אידן און צווישן אידישקייט, צווישן אידישע זאכן, איז דאס נאכמערער פארשטארקט דאס נאכמערער דעם פארבונד מיט דעם משל פון מלך בשדה,
- proofread
- 0