Paragraph
Paragraph rh-avq773fn
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-nws5wzdq
- order
- Yi
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- שלאחרי זה, ענינים אין פנימיות התורה בכלל, און ענינים פון חסידות, פון נשיא דורנו, פון דעם רבי'ן דעם שווער, פון זיינע מאמרים, על אחת כמה וכמה אויך די שיחה האמורה פון כל היוצא למלחמת בית דוד, וכמדובר כמה פעמים, וואס מ'האט דאך דאס געהייסן איבערדרוקן דוקא אין חצי כדור התחתון, און דערנאך מאיזה סיבה שתהי איז דאך ווי אלע ענינים, ווי ס'דארף מען רעדן אין אן ענין וואס ס'איז געווען שלא כדרוש, און לכל אופן מכאן ולהבא וועט דאס זיין דערפאר כפליים לתושי.' און יהי רצון, כמדובר, אז פון די אלע ענינים זאל מען מאכן יעדערער בא זיך אז דאס ווערט ביי אים ביכורים דער ראשית פון זיין ראשית בהנוגע לפעולותיו עתה אין אט די טעג, און דערנאך אויך די מיטן אופן אז ס'איז ניכר, וויבאלד אז מ'האט שלשים יום לפני החג, שלשים יום פון חמשה עשר באב, האט מען דאך אויך אט די הכנה, אז אין דערויף זאל זיין, לאחרי שלשים יום אלו, זאל מען אויך אויספירן אז לא היו ימים טובים לישראל, ווי חמשה עשר באלול אין שנת תשמ'ט אין ברוקלין, יו יארק, ועל דרך זה בכל מקום
- proofread
- 0