עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-atx4aqwn

kind
paragraph
order
K
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
עם אויבערשטן, ער אדער זי זאל האבן א סך טוב, און דער אידישער אינגעלע און מיידעלע האט אויף זיך גענומען און פירט זיך אויף אין אן אופן פון ואהבת לרעך כמוך, האט ער געוואלט אז ס'זאל אנקומען פון דעם טוב, פון דעם יום-טוב, זאל דאס אנקומען צו אלע אידן אין אלע קצווי תבל אין אלע ווינקלן פון דער וועלט, אפילו אזא איד וואס ער האט נאך קיינמאל ניט געטראפן, ס'איז דאך אבער א איד איז ער אויך א בן אברהם יצחק ויעקב און בת שרה רבקה רחל ולאה, פארדינט אים, אז ער זאל האבן פון דעם טוב, און זאל אויסנוצן דעם טוב אויך אויף מאכן ליכטיק און גוט, אז די אלע אידן וואס ארום אים. וואס מ'לערנט אפ פון שנת העיבור, אז שנת העיבור באשטייט אין דעם, אז מ'איז מוסיף, דער אויבערשטער האט אנגעזאגט, אז אין דעם יאר דארף מען זיך ניט באגנוגענען מיט צוועלף חדשים, נאר מ'דארף האבן א צוגעגעבן בינעם חודש, כדי מ'זאל האבן נאך דרייסיק טעג אין וועלכן מ'זאל לערנען תורה און מ'זאל מקיים-זיין מצוות, און דאס זאל אלץ אריינגיין אין דעם חשבון פון דעם זעלבן יאר. וואס ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת א אידיש קינד באקומט נאך דרייסיק טעג, און נוצט זיי אויס ווי א אידישער סאלדזשער דארף דאס אויסנוצן, אין לערנען תורה און מקיים-זיין מצוות, און מקיים-זיין די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך אז ער ווירקט איין אויף זיינע חברים, און די מיידעלע ווירקט איין אויף די חבר'טעס, אז זיי זאלן אויך אויסנוצן די צוגעגעבענע דרייסיק טעג און נאכמערער, וויבאלד אז מ'ווייס אז דער גאנצער יאר באקומט אין זיך א צוגעגעבענער מעסעדז און א צוגעגעבענע ארדעס, איז דאס גופא א סימן, אז יעדער טאג פון דעם יאר איז א ספעציעלער טאג, און אז מ'פרעגט וואס איז דאס פארא טאג? זאגט מען, אז דאס איז א טאג פון א שנת העיבור, וואס פרעגט מען וואס הייסט עיבור? זאגט מען, אז אז עיבור מיין אז מ'מאכט ניט א געוויינלעכע הנהגה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions