עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-at4wz23g

kind
paragraph
order
TM
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז אויך דער קשר מיט תחילת כל המסכתות, אז מימת הוקר נשמע בערבין איז דאך אויך דא ביום השבת עצמו אויך, ואדרבא, ביום השבת איז דער לילה שבו איז דאך אויך מימת הוקר נשמע בערבין, איז ווי אין אלע ענינים פון שבת איז דאס אויך אן ענין פארבונדן מיט יראה עילאה, במכל-שכן וקל-וחמה, ווי דער אלטער רבי זאגט אין תניא, אין אגרת התשובה, אז דער ענין פון תשובה עילאה איז פארבונדן מיט די עבודה און הכנה צו שבת וכיוצא בזה, און וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון יראה עילאה, כמבואר בארוכה, אז דאס איז דער תכלית השלימות אין יראה, יראה בושת כמבואר בארוכה אין די הארץ צו תיקון חצות פון דעם אלטן רבי'ס סידור, וכמדובר כמה פעמים. און פון דערויף קומט מען, און דורך א הוספה בזה, וואס אלץ מעשינו ועבודתינו היילט מען נאך מערער צו דעם פירוש ווי ער איז על דרך ההגדה והרמז והדרוש, נוסף אויפן פירוש הנגלה והפשוט, אז דאס איז פשוטו של מקרא ממש, ניסן בשיעור ליום השבת דעם זיבענטן טאג, אנהויבנדיק פון דער לילה שבו, און דערנאך קומט מען אויך צום צווייטן פירוש, צו דעם שכר וואס היום לעשותם ולמחר לקבל שכרם, צו דעם מחר, וואס דער מחר איז דער יום שכולו שבת המנוחה לחיי העולמים.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions