פסקה
פסקה rh-aszhpf9f
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-cee8sx0d
- order
- J4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מ'מאכט די שהחיינו, אדער אפטייטש דערפון, און דער אינהאלט דערפון איז, אז אין צוגע וואס אין דעם זעלבן טאג אינדערפרי האט מען געזאגט מודה אני אז מ'דאנקט דעם אויבערשטן פארוואס ער האט אומגעקערט די נשמה, און מיט א באנייטן אופן, מיט א באנייטן לעבן, איז בשעת מ'דערמאנט זיך און ס'קומט די צייט אויף מקיים זיין די מצוה, און מאכן ליכטיק ארום זיך אין דער גאנצער הויז, ביז וואנענט אז ס'ווערט א ליכטיקייט, וואס ס'וויגט אפילו אז ס'גייט אריין א ניט-עיד אין דער הויז, דערזעט ער, אז דער הויז האט א צוגעקומענע ליכטיקייט, און מ'ערקלערט אים, ער זאל וויסן זיין, אז דאס ווערט ביי אידן צוגעקומען, נר מצוה ותורה אור די ליכטיקייט פון תורה אין א באנייטן אופן, דערפאר וואס דאס איז דער יאר אין טאג ווען ס'ווערט באנייט די נתינה התורה, מתן תורה, נתינת התורה און קבלת התורה, און זיכער אז דאס מאכט ליכטיקער די גאנצע הויז מיט אלע אירע כלי'ן וואס געפינען זיך אין הויז, אפילו ווען דאס איז מערניט ווי מעבל, אדער כלי'ן וואס מ'נוצט דאס מערניט ווי ביי זעלטענע געלעגנהייטן, דאס איז דאך אבער אין דער אידישער הויז ווערט דאס א אידישע כלי, און דער באסטער, פארבינדט דאס מיט אידישקייט, באקומט דאס א ברכה אויך די כלי, א ספעציעלע ברכה און הצלחה, אז די זאך אויף וועלכע מ'דארף נוצן די כלי ווערט אויפגעטאן און אפגעטאן אין א הצלחה'דיקן אופן. וואס דאס איז נאכמערער מוסיף אין דעם גרייטקייט פון יעדער אידן, האנשים והנשים והטף, זעענדיק, אז מ'האט גלייך דעם שכר, אז דורך דערויף וואס מ'פארבינדט זיך מיט תורה קומט-צו אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אלע זאכן, אפילו אין גשמיות'דיקע זאכן און מאטעריעלע זאכן, נעמט דאס אראפ און דאס איז מבטל אלע-ערליי דאגות און איבערטראכטענישן, און מ'גייט אלץ מערער און טיפער און העכער און ברייטער אין אלע זאכן פארבונדן מיט אידישקייט בכלל,
- proofread
- 0