עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ar77bbae

kind
paragraph
order
gc
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
זה, לויט דעם אנזאג האט שלמה המלך דערנאך געבויט דעם מקדש, וואס אין דעם מקדש איז געווען ענינו, אז דארט איז געווען דער משכן פאר דעם אויבערשטן האט גלייך דער אויבערשטער געזאגט ושכנתי אין דעם בית המקדש, און פאר דעם נאך אין דעם משכן, אבער דער אמת'ער ארט וואו די שכינה געפינט זיך איז דאס אין די אידן וואס זיי געפינען זיך אין בית המקדש, געווען די כהנים און די לויים וכו,' און דורך זיי, ובשליחותם, ביז וואנענט עס געפינט זיך מלכתחילה, אפילו בזמן שאין בית-המקדש קיים, אז דער קשמיות'דיקער בית-המקדש זעט מען אים ניט בעיני בשר, איז דאך אבער גאנץ דער בית-המקדש וואס איז דא אין יעדער אידישער נשמה, ווערט אין דער נשמה זאגט דער אויבערשטער, אז ס'ווערט אין א באנייטן אופן, ושכנתי בתוכם בתוך כל אחד ואחת מבני ובנות ישראל. ועד כדי כך, אז בשעת א מוטער ערצירט אירע קינדער, און ערצירט איר קליינע מיידעלע, אז זי זאל אנצינדן די נרות שבת, דערציילט איר אויך, און לערנט איר אויך דעם פירוש און דעם אינהאלט פון דער ברכה, וואס די מיידעלע מאכט דערנאך פאר זיך אליין אויף איר ליכטל, אשר קדשנו במצוותיו וצונו, להדליק נועה של שבת קודש, אדער דערנאך אויך נועה של יום-טוב, אז בשעת זי צינדט אן מיט איר קליינע פינגער, צינדט זי אן איר קליינע ליכטעלע, איז מיט וועלכן כח טוט זי דאס, און וואס טוט זי דעמאלט אויף? טוט זי דעמאלט אן, אז דער ליכט ווערט א דבר קדוש, און דורך דעם אנצינדן די ליכט, וואס ער איז א הייליקע ליכטל, א מצוה ליכטל, איז קדשנו ווערט אויך צוגעקומען אין דעם עם קדוש, אין דער מיידעלע, וואס האט אנגעצונדן די ליכט, נאכמער קדושה ווי ס'איז געווען ביז דעמאלט, במילא איז אויך פארשטאנדיק, אז ס'קומט שבועות, און מ'מאכט אויך דער ברכת שהחיינו, אז ס'קומט צו נאכמער חיות און
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions