English
ספרייה
kind
paragraph
order
DH
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
של שמות, וואס דאס קומט ווי פארבינדט דאס אויך מיט יחידת פון כל העולם, ויחידה פון כלל ישראל, וואס דאס איז דאך ענינו של משיח צדקנו. וואס כאמור, איז דאס אויך מצד די אלע דריי ענינים, סיי מצד שבוע וואס דאס איז פארבונדן מיט עבודה, ווי יעדער ענין אין וועלט איז דאך פארבונדן מיט מעשינו ועבודתינו, וואס דאס איז די עבודה וואס א איד טוט אלס אן ענין פון שמש ומשפיע, פארבונדן אויך מיט דער קביעות בחודש, וואס דאס איז דאך מצד הלבנה וואס אין מעשינו ועבודתינו איז דאס דער חלק העבודה וואס איז פארבונדן דוקא מיט שינויים, און דוקא מיט מאיר הגדול, וואס האלט אין איין נשתנה ווערן און זיין בקדושה, און אפילו לאחרי חצי החודש ווערט דאך דאס אויך אן ענין של עלי'והכנה צו דעם מולד חדש, און אויך פועל'ט דאס ביי אידן, שהם עתידים להתחדש כמותה איז דאך דאס א ירידה וואס מ'ווייס מיט א זיכערקייט אז דאס איז אן ענין של עלי ווארום זמן על פי הלכה איז דאך אינו מחוסר מעשה, און ס'איז א דבר ודאי אז דאס קומט אראפ בעתו ובזמנו, ועל ידי עבודת האדם, נאך מיט מערער זריזות און נאך מיט מערער שלימות, און אזוי אויך די עבודה וואס א איד טוט מצד דערויף וואס דאס איז שנה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט דעם איחוד פון שמש און לבנה צוזאמען, דאס דעמאלט שטעלט זיך צוזאמען דער ענין פון שנה, כולל כל השינויים, און מאכט פון זיי, אף על פי וואס יעדער שינוי איז אן ענין בפני עצמו, ביז אין פרטי-פרטיות, מאכט זיי פון זיי א שנה אחת, א מציאות פון איין און איינציקע זאך. וואס דאס איז אויך די עבודה פון א אידן, ווי ער טוט דאס, כאמור לעיל, אלס משפיע און אלס
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים