עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-agw219qj

kind
paragraph
order
t
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז דאך אט דעמאלט פארשטאנדיק ווי אזוי ס'דארף זיין די הנהגה פון יעדער אידן, פון והתהלכה ברחבה ובלשון הנשיא, מלכתחילה אריבער. און דאס אלץ היילט נאכמערער צו, אז מ'שטעלט זיך אוועק אין אזא אופן ווערט נאכמערער צוגעהיילט די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וויבאלד אז ס'איז ניט שייך מיט אזא מענטשן, מיט אזא אידן, אריינגיין אין חשבונות און פירן מיט אים א חשבון אהין און א חשבון אהר, ער שטייט למעלה פון די ענינים, מלכתחילה אריבער און קומט צוגיין בפשטות, ער דארף גארניט תובע זיין, דאס איז אן ענין וואס דאס קומט אים בפשטות, ותיכף ומיד ממש, ועד כדי כך, אז מ'דארף דאס גארניט פארהאלטן אפילו כהרף עין, ווארום צופוסן די קנעפלעך האט מען שוין אויך צוגעפוסט, איז פעלט מערניט ווי דער אין-קער מצד זה לצד זה פון דעם רגע פון גלות, אין דער רגע פון גאולה העמית תמיתיות והשלימה על ידי משיח צדקנו, כרגע ממש. און דאס שטעלט זיך אוועק, מתוך שמחה וטוב לבב, פון איין אידן ביז צו אלע אידן, ביז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, דעם קהל גדול, ובמיוחד אז דאס איז נאך פארבונדן מיט הקהל, ובפשטות ממש למטה מעשרה טפחים.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions