Paragraph
Paragraph rh-aeyr6vmc
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6rematx4
- order
- I
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי מ'שטייט בשעת מעשה באם בארג סיני און מ'הערט דאס מפי הגבורה. וכמדובר כמה פעמים ואין כל צורך לא יוסיף בזה. מערניט, אז וויבאלד אז ס'איז דאך א דבר בעתו, ווי ס'שטייט דאך איצטערן אין יום ההילולא איז דאך דאס א דבר בעתו, מ'וועט נאכאמאל איבערחזר'ן ענינים פארבונדן מיט דער הילולא, אף על פי וואס מ'האט גערעדט וועגן אין דערויף כמה פעמים, ובמיוחד אין ימות ההילולא שלו, ווערט דאך דאס בשעת מעשה נאכאמאל דער זירוז אז מ'זאל דאס נאכאמאל זאגן, אויך בדיבור ובגלוי, און מ'האט דערביי אויך די הבטחה, אז אויב נאר נזכרים כדרוש איז אט דעמאלט ונעשים גיט דער אויבערשטער די ברכות און הצלחות און המשכות וואס זיינען געווען בשעת מ'האט דאס געזאגט צום ערשטן מאל, וכמדובר כמה פעמים, וויבאלד אז אין קדושה איז דאך אלע ענינים האלטן דאך אין וואקסן, מוסיפין בקודש מעלין בקודש איז דאך פארשטאנדיק, אז דער ונעשים ווערט אן עשי און צוזאמען דערמיט אויך מיט א הוספה בדבר, און נאך מערער מיט א מעלי'בדבר, ווי מ'זאגט דאך דער לשון ניט נאר אז מ'דארף מוסיף זיין בקודש, וואס דאס קען דאך זיין אויך אז דאס איז פון דעם זעלבן איכות וכיוצא בזה, בשעת הלכה אין תורה איז מדייק, און תורה בכלל איז מדייק זאגט א לשון איז דאך דאס בדיוק, איז מען דערביי מדייק און מ'זאגט דעם לשון דוקא מעלין בקודש, אז ניט נאר אז ס'קומט-צו, נאר מ'הויבט-אויף אין א העכערן אופן די ענינים וועגן וועלכע מ'האט גערעדט אפילו ווען דאס איז געווען מיט א רגע לפני זה, על אחת כמה וכמה אויב דאס איז געווען ביום ההילולא מיט א שנה לפני זה. וואס דאס איז דאך געזאגט געווארן בהנוגע צו כל עניני קדושה,
- proofread
- 0