Paragraph
Paragraph rh-adym03jt
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-t2bqf5ep
- order
- Es
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- נאר כללות הנקודה בזה איז, אז אין תמימה גופא, אין תמין תהי איז גלייך זקן ווען, אז ס'איז דא די מעגלעכקייט, דאס גופא וואס ס'איז דא א מעגלעכקייט פון חטא ופגם, דאס אליין באווייזט, אז די תמימות דארף מען נאך האבן א שלימות אין די תמימות עצמה. על ברך ווי מ'געפינט אויך בנוגע צו יעקב'ן, אז אף על פי וואס בשעה שנולד גלייך דערנאך איז געווען דער נאמען זיינער האט מען גלייך אויף אים געזאגט דעם תואר ויעקב איש תם אף על פי כן, איז לאחרי זמן, ווארום זיי פריער איז דאך געווען איש תם יושב אוהלים בהאהלו של שם און אין אהלו של אבר, געווען די מעשה מיטן מלאך וכו און ערשט דערנאך איז געווארן, אז מ'האט אים א נאמען געגעבן ישראל וואס א נאמען מאכט דאך א נייע מציאות, כמדובר ומובן וגם פשוט, ביז וואנענט אויך, אז דא איז גאר ניט סתם א נייע מציאות, נאר א הפכות'דיקע מציאות פריער האט ער געהייסן יעקב מלשון הקו, ווי דער פסוק טייטשט דאס אפ אין פשוטו של מקרא, און דערנאך האט מען אים א נאמען געגעבן ישראל דוקא מלשון ראש, וואס דאס איז פונקט דער היפך, ס'איז ניט נאר ס'איז העכער פון עקב, נאר דאס איז דער היפך פון דעם עקב, כמדובר כמה פעמים. און בהנוגע לעניננו, וואס דאס איז אויך דער ענין פון עיבור, כמדובר אויך לעיל, אז בשעת מ'מאכט אן עיבור, איז ניט נאר מ'איז משלים דעם חסרון און ס'ווערט אויסגעגליישט אין שנת החמה, נאר ס'ווערט נאך א הוספה יותר פון שנת החמה, ועד כדי כך אז דאס ווערט א הוספה וואס זי איז משלים כמה שנים, אפילו אזא שנה וואס ס'איז נאך ניט דא אין מציאות איז דאך דא, כמדובר בארוכה, ובפרט אין ספרו וואו ס'רעדט זיך וועגן חשבון העיבור וכיוצא בזה, אז ס'איז דא כמה שנים וואס דער חודש העיבור איז משלים,
- proofread
- 0