Paragraph
Paragraph rh-abqht0fv
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-b9r4bxqf
- order
- ru
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אויך אט די בנינים, וועט מען אויך ניט מאכן פון זיי אן ארט וואס שבת און יום-טוב קען ער אהינצו ניט גיין, ס'איז גלאט רחמנות אויף א בנין וואס א איד קען דארטן זיין שבת און יום-טוב אויך בויט מען אים אין אזא תוכנית, אין אזא אופן, אז מ'קען אהינצו ניט זיין, ניט שבת ניט יום-טוב, במילא ניט קדושת שבת על אתר און קדושת יום-טוב על אתר. ויש להאריך בכל זה, די גאנצע זאך וואס מ'רעדט וועגן דערויף איז אויך די בלבל הענינים קומען צוגיין געמאכט א שטורעם, מ'דארף בויען, האט מען ניט געמאכט פריער א נקודה וואס וויל מען בויען, נאר יעדערע איז געקומען, וויבאלד אז מ'מאכט א שטורעם מ'זאל בויען גרויס, במילא האט ער א סברא וואס א צווייטער זאגט אז ס'איז גרויס, וועט ער מאכן נאך גרעסער, טענה'ט מען מיט אים דעם רבית'ס בית-כנסת, דארפסט ניט מאכן גרעסער, ס'איז גענוג ווי ער איז גרויס, און וויפל דו וועסט אים ניט מאכן גרעסער וועט ער בלייבן ניט גרעסער ווי ס'איז ביז איצטער, און די גרויסקייט זיינען ביז איצטער איז דאס ניט דער הוספה. ועדה רבה, הלואי זאל די הוספה ניט משנה זיין אין אזא אופן, אז דאס זאל גאר אנרירן די גרויסקייט פון דעם בית-הכנסת אדער פון דעם בית המדרש, אין וועלכע ס'האט געלערנט און געדאווענט עשר שנים חיים חייתו בעלמא דין, נשמה בגוף, כמדובר בארוכה כמה פעמים.
- proofread
- 0