עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-aaxx4jda

kind
paragraph
order
it
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דער נתינת-כח, אז יעדערער האנשים והנשים וטף האט א הוראה מיט א נתינת-כח במיוחד, אויף צוזאמענקלייבן אנשים והנשים וטף, אפילו טף זעט מען דאך בפשטות, אז זיי האבן בכח צוזאמענקלייבן און איינווירקן אויף טף וואס ארום זיך, און ווי דערמאנט פריער האבן זיי בכח צו איינווירקן אויף זייערע פאטער און אויף זייערע מוטער, זיי זאלן נאכמערער צוגעבן אין ענינים פון אידישקייט בכלל, און אין ענינים פון הכל בפרט. און נאך מערער, זיי האבן אויך כח, ווי מ'זעט דאס בפועל, אז בשעת אן אייניקל, אן אינגעלע אדער א מיידעלע, רעדט מיט זיין אדער מיט איר זיידן און באבען, אז מ'דארף טאן נאך מערער אין אלע גוטע זאכן, און זיי פרעגן בא דעם זיידן און באבען ער זאל זיי אדער איר ארויסהעלפן אין זייער טאן אין אידישקייט, ווערט דער זיידע און באבע בא זיי דער גרעסטער נחת וואס ס'קען זיין בא זיידן און באבען? בשעת ער זעט, אז דער אייניקל, כאטש דאס איז א קליין קינד וכיוצא, פירט זיך אין אזא מין וועג און איז מעורר און בעט בא דעם זיידן און באבן, ניט בעט מערניט אויף געבן א צוקערקע וכיוצא בזה, נאר אין וואס קאכט ער זיך און אין וואס בעט ער און בעט מערער אי מאל?
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions