Paragraph
Paragraph rh-aatyg8y1
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3wf3wzk3
- order
- JZ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אחד און צוזאמען דערמיט איז מען מפוזר ומפורד בין העמים. זאגט אויף דערויף תורתנו, וואס אויך פון לשון הוראה איז זי לערנט יעדער אידן אלע ענינים וועלכע ער קענען האבן א שאלה, אדער ער האט א שאלה, גייט אים תורה גלייך א ליכטיקן ענטפערק וואס איז דער פירוש הדברים און וואס ער דארף דערפון לערנען, ביז אפלערנען, און דאס זאל ווירקן אויף אים, און דורך אים, אויף זיין גאנצע משפחה, און דורך די זיין משפחה אויף דער גאנצער אידישער שכונה, ביז ס'ווירקן אויך אויף די ניט-אידן, אז זיי זאלן מקיים-זיין שבע מצוות בני-נח, און זיי זאלן ארויסהעלפן אין אן אלצן וואס זיי קענען, אז יעדער איד און אלע אידן זאלן קענען נאך לייכטער מקיים-זיין מצוות, אף על פי וואס אידן קענען דאך ביישטיין אלע-ערליי נסיונות און שוועריקייטן, אבי צו לערנען תורה און מקיים-זיין מצוות, וויל דאך אבער אבינו שבשמים אז אידן זאלן ניט האבן קיין שוועריקייטן, ובפרט נאך, אז בשעת מ'האט ניט קיין שוועריקייטן טוט מען נאך מערער אויף, סיי אין לימוד התורה סיי אין קוים המצוות, במילא זעצט זיך דער אויבערשטער און טוט א תלוי בו, ובפרט נאך אז אידן זיינען מקיים בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו, אדער דעמאלט איז ואילך אתכם קוממיות ווי דער סיום פון די פסוקים איז, אז דער אויבערשטער גיט יעדערן די מעגלעכקייט מ'זאל גיין מיט א קומה זקופה מיט אן אויפגעהויבענע קאפ, צוזאמען מיט דעם ממלא זיין בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו ועשית מותם און אין אן אופן, ווי געזאגט, פון נסע את ראש, מיט אן אויפגעהויבענער קאפ און מיט א רואיקער קאפ און מיט א געזונטע קאפ און מיט א קאפ וואס איז פון מיט שכל, בשכל און חכמה פון תורה, און דאס ברענגט אראפ די ווירקונג אין די גאנצע חלקים פון זיין גוף, און די גאנצע חלקים פון זיין משפחה, און פון די אלע אויף וועלכע ער קען האבן א השפעה, וואס דאס איז אויך
- proofread
- 0