Paragraph
Paragraph rh-a8zk1tde
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-eketxban
- order
- 4X
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אנאי'קייט פון בני בכורי, וכמדובר כמה פעמים, וואס דערפאר איז דאך א זיכערע זאך אז מ'דארף ניט איבער'חזר'ן נאכאמאל, און מ'ווייסט דאס בלאו הכי, עאכו כמה וכמה, אז דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט קריאת התורה, נוסף אויף דעם מקום וואס מ'טרעפט זיך צוזאמען, וואס דאס איז א בית הכנסת, וואס כנסת איז דאך דער איינפאכער אפטייטש, און פאר דארטן קלייבט מען זיך צוזאמען. און ניט סתם אז צוזאמענקלייבן זיך, דאס איז אויך א בית-המדרש, מ'קלייבט זיך צוזאמען כדי פארשטארקן זיך, און פארשטארקן די אלע אויף וועלכע מ'קען איינווירקן, על אחת כמה וכמה אט די וואס מ'זעט דאך אויך בגשמיות אין די זעלבע ד'אמות ווערט דאס א ציבור, ניט יחידים, נאר דאס ווערט א מציאות חדשה פון א ציבור, וואס א ציבור איז אן איינציקע זאך, ואדרבא, אז ס'באשטייט א ציבור וואס באשטייט פון א סך מענטשן, אנשים און אויך נשים, און אויך פון טף, איז וואס די צאל פון מענטשן איז גרעסער איז ברוב עם, הדרת מלך, איז אלץ מערער ווערט פארשטארקט די
- proofread
- 0