עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-a7kta1ph

kind
paragraph
order
SP
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און מ'האט גאר ניט איינגעפאלן איימעצן אז מ'זאל שלאפן, ווארום יעדער מינוט איז מען געווען אזויפיל דורכגענומען מיט דער שמחה, אז ס'איז ניט געווען קיין מעגלעכקייט אויף אנטשלאפן ווערן, ווי יזעט דאך אויך, אז בשעת ס'איז דא א פריילעכע זאך, א פריילעכע פאסיר, און גיין נייער לעבן, איז אט דעמאלט איז ניט שייך, אז א קינד זאל אנטשלאפן ווערן בשעת ער וועט פארנומען מיט א פריילעכע זאך אין זיין לעבן וואס נעמט אים דורך אויף דורך און דורך, ווי ס'איז געווען דעמאלט מיט דעם גאנצן אידישן פאלק אין דעם בית-המקדש, און ווי ס'וועט זיין גאר אינגיכן בשעת ס'וועט זיין די גאולה האמיתית והשלימה אין דעם מקדש אדנ'כוננו ידיך, אין דעם דריטן בית-המקדש, וואס ער איז אויך כולל אין זיך, נעמט ארום זיך די אלע אידן וואס זיינען געווען אין דעם בשעת דעם ערשטן בית-המקדש, און די אלע אידן וואס זיינען געווען אין צווייטן בית-המקדש, און די אלע אידן וואס זיינען געווען איידער דער בית-המקדש איז געבויט געווארן, און צווישן זיי, און אויך אין דעם גלות-צייט, נעמט ער זיי אלעמען צוזאמען און שטעלט זיי אלעמען אוועק בבת אחת ובשעה אחת, תיכף ומיד
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions