עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-a5gw2z3q

kind
paragraph
order
B
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
על דרך זה איז אויך בהנוגע ללילה זו, וואס דאס איז די לילה פון חמשה עשר בסיון, וואס דאס האט דאך א התחלה מיוחדה אין חיים פון נשיא דורנו, אף על פי וואס בשעת ההתחלה האט מען זיך נאך ניט פאנאנדערגעקליבן וואס איז דא די כוונה און וואס איז דא דער תוכן וכו,' עד כדי כך אז מ'האט געזען מערניט ווי דעם צד השלילי בזה, מ'האט זיך אבער דערנאך ארויסגעוויזן, אז דערפון איז אויסגעוואקסן א ישועה גדולה כפי שיתבאר לקמן, אף על פי וואס ס'בלייבט נאך אלץ די שאלה איז לכאורה האט געקענט זיין די ישועה גדולה ניט דארפנדיק אנקומען צו די ענינים וואס בשעת מעשה ובינו בשר איז דאס געווען פונקט דער היפך פון אן ענין של ישועה. און דאס איז וואס כמדובר, וואס אין דער לילה, עולה לחמשה עשר בסיום אין שנת פרזות תרפז איז אט דעמאלט געווען דער מעשר פון נשיא דורנו, דער מאסר הידוע, וואס כאמור, בשעת מעשה האט מען געזען מערניט ווי דעם ענין הבלתי-רצוי בזה, אויף ניט נוצן קיין שארפערן ווארט, דערנאך האט זיך אבער אויסגעוויזן, בסופו של ענין, אז דאס געגעבן דערנאך די מעגלעכקייט אז ער האט געקענט ארויספארן אין אן אופן אין א סדר חיים, אז ער זאל זיך קענען פירן בכל עניניו אנהויבנדיק פון עיקר עניניו, וואס דאס איז הפצת היהדות בכלל, אין אן אופן בלי כל הגבלות, הלוך והוסיף ואור, ביז ווי מ'זעט דאס אויך איצטער אויך.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions