עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-a3zwneeb

kind
paragraph
order
mi
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
זיין אויף אנשים ונשים וטף, אז יעדערער פון זיי זאל זיך פארנעמען מיט הקהל את העם, אנשים והנשים וטף, ביז קטני-קטנים, אויף איינווירקן אין זיי, אז זיי זאלן זיין אין אן אופן, אז תמיד כל הימים זאלן זיי שטיין אין יראת הוי וואס יראת הוי'לחיים איז ממשיך חיים מחי החיים, און פועל זיין אויף יעדערער פון זיי, אז יעדערער פון זיי זאל ווערן א נר להאיר אויף משפיע זיין בכל הסביבה שלו, וואו ער קען נאר דערגרייכן א אידן, אנשים אדער נשים אדער טף, און בכל המרבה הרי זה משובח, באקומט ער א שבח פון דעם אויבערשטן אליין, וואס ער איז מקיים זיין ציווי פון הקהל את האנשים הנשים והטף וגרחה, מיוחד, וואס דער שבח גופא איז אים מוסיף אז ער זאל טאן נאכמערער, און מיט נאכמערער הצלחה, און נאך שנעלער וכו וואס דאס איז די אלע ענינים ממהר כל ברכות הוי וואס בכללות ווערן זיי דאך נמשך, כאמור לעיל, אין זמן ומקום, במילא ווערט דאס נמשך, כמדובר לעיל, אז יעדער ברכה הויבט זיך דאך אן מיט אן אות פון אלף בי ת, און אז מ'דערמאנט איין ברכה וואס הויבט זיך אן מיט אט דעם אות, איז זי כולל אין זיך די כח הוי וואס בענטשט א אידן אין דעם, און וואס דער איד בעט דאס ביי אים, איז דאס כולל די אלע ברכות וואס הויבן זיך אן מיט אט דעם אות, במילא ווערט דאס אויך נמשך אין זמן ומקום, אז ס'ווערט א שנת אורה און א שנת ברכה, וואס דאס איז דאך די התחלת התורה בראשית בבי,"' דערפאר וואס דאס איז ראשי תיבות ברכה, און א שנת סגולה אמיתית ושלימה, און א שנת דיצה, און א שנת הוד והדר במקומו, ניט שייך קיינע ענינים וואס זיי זיינען ניט באופן זה חס ושלום, אדער אפילו ניט אז ס'זאל עפעס פעלן אין שלימות הענינים.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions