עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-a35k9aa9

kind
paragraph
order
N
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס אף על פי וואס יעדערער פון זיי איז דאך א מאיר בפני עצמו, און טוט-אויף אן אייגענע זאך, ביז נקראת על שמו אט דער ענין החידוש, אף על פי כן איז דאך דאס געבויט און ס'איז א המשך, אף על פי וואס דאס איז א המשך מיט א חידוש בפני עצמו, און א חידוש נפלא, ביז שלא בערך, אין דיעות פון די נשיאים שלפני זה, עאכו כמה וכמה אויף זהר תורה, ובפרט זהר תורה אין פנימיות התורה, וואס דאס איז דאך געווען עיקר ענינם אף על פי וואס אנהויבנדיק פון דעם אלטן רבי'ן איז דאך שוין געווען די הדגשה אין חב אד אז מ'מוז פארבינדן פנימיות התורה מיט נגלה דתורה, און פארבינדן באופן דמוסיף והולך ואור וואס אין דערויף איז אויך געווען שינויים פרישן איין נשיא מיט א צווייטן נשיא, אף על פי כן איז דאך געווען די הדגשה, ווי מ'האט געהערט פון נשיא דורנו דערציילנדיק, אז פאר דער חתונה איז געווען דער דיוק אז ער זאל באקומען סמיכות, און געזאגט, אז דאס איז על דרך זה געווען די הנהגה בא די נשיאים שלפניו. און יש ללמוד מזה כמה וכמה, כאמור לעיל, אז אף על פי וואס דאס איז דאך אן עם בערך המלך מלשון אומם איז צוזאמען דערמיט זאגט מען, אז די מציאות פון א מלך באשטייט אין דערויף עד כדי כך, ביז וואנענט אז ס'ווערט געבראכט בכמה מקומות אין פנימיות התורה, און אפגעטייטשט אין נגלה דתורה, ביז אין מעשה רב, אז אין מלך בלא עם אז די מציאות פון א מלך איז, ווי דער פירוש בזה איז, אבער ס'איז גענוג אין דערויף דער פירוש הפשוט בהנוגע לעניננו איז דאס תלוי און דאס איז פארבונדן מיט די מציאות פון דעם עם, ועד כדי כך, אז מ'דארף גאר האבן אז דער עם זאל מכריז זיין יחי המלך. ווי מ'געפינט דאס בנוגע צו דוד המלך, ועל דרך זה מלכות בית דוד בכלל, ביז צו מלכא משיחא, דארף מען דאך אויך האבן די הכרזה, וואס דאס איז דאך אויך וואס מ'שטורעמט די גאנצע צייט, אז מ'מוז מכריז זיין עד מתי און ער דארף שוין קומען אין אן אופן אז מראה באצבעו
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions