Paragraph
Paragraph rh-9z5j804h
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jaxgz877
- order
- 5
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- כבדובר לעיל אין די עבודה פון חודש אלול, כמובן פון דעם ענין וואס פוסקים זאגן, אז מ'נעמט אראפ אפילו פון זמן תורה און מ'גיט דאס אריבער אין זמן תפילה במשך פון דעם יערך ימים, איז דאך אבער אויך פארשטאנדיק בפשטות, פונקט אזוי ווי דער לשון המשנה תשובה ומעשים טובים אז די עבודה אין תשובה מוז אראפגעבראכט ווערן און פועל זיין אין א הוספה, ביז אין אן אופן פון תשובה, וואס ענין התשובה איז דאך א מציאות חדשה, כמובן אין פשטני המקרא, אז דערפאר העלפט תשובה אויף כל הענינים אין לך דבר העומק בפני התשובה, דערפאר וואס ס'ווערט א נייע מציאות, על דרך זה אויך בכל יום יהיו ביניך כחדשים בנוגע צו לימוד התורה, על דרך זה אויך דער גדול לימוד שמביא לידי מעשה דער עשי'אין אן אופן חדש, ווי מ'טוט אין אן אופן חדש, מיט מערער געשמאק, בנוגע צו די אלע ראשי-תיבות'ן וואס ס'איז דא אין ווארט אלול, וואס דאס איז דאך כולל, כאמור לעיל, תורה עבודה און גמילות חסדים, נוסף אויף דעם ענין התשובה, נוסף אויף דעם ענין הגאולה וההכנה והעבודה לקרוב ולזרז נחישנה אין דעם ענין התשובה, איז דאך פארשטאנדיק, אז די עבודה העיקרית, און מ'דאס נעמט דורך די אלע ענינים, מוז דאס אראפקומען פון תשובה אויך אין מעשים טובים, ווי זיי שטייען אלע אויך אין די ראשי-תיבות פון חודש פון דעם ווארט אלול, כמדובר כמה פעמים און שוין אויך אפגעדרוקט.
- proofread
- 0