Paragraph
Paragraph rh-9xz5b40g
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6bkfz7k4
- order
- 5
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- יבער בפועל, בפועל בפועל בפועל בפועל בפועל. בהמשך דערצו וואס ס'האט זיך גערעדט נעכטן אין די התחלה פון ל'בעומר, אבער גלייך נאך דעם ענין פון ספירת העומר, וואס דעמאלט האט מען מכריז געווען, אז דאס הויבט זיך אן ל'בעומר, און דערנאך איז געווען די דברים קצרים בכמות על כל פנים, אבער דארט איז דאך גענומען געווארן פון סידור און פון דברי רבותינו נשיאינו, סיי אין נגלה און נאכמערער אין פנימיות התורה, בפרט נאך אין סידור, און ווי סידור איז דאך אויך מדגיש אין דעם ענין פון דרוש פון ל ג בעומר, אין שער ל ג בעומר, ווי אזוי איז דער ענין פון הוד בהוד, וואס דערפאר האט מען דעמאלט קובע געווען די אלע ענינים נעל ים, ר'שמעון בן יוחאי'און הסתלקות פון ר'שמעון בן יוחאי'און אין אן אופן ווי ס'איז געווען ביאת קטרן און נתלהטנע און נתדבקה וכו'איז דאס דערפאר וואס הוד בהוד איז דאס דער סיום, דער סוף מעשה, ווי ער איז דארט מבאר בארוכה, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז אין הוד שבהוד עצמו איז אויך אין דעם סיום, ווי ס'איז דאך זיכער, אז דער גאנצער טאג איז דאך מעת-לעת איז זיך אויסגעפילט מיט ענינים פון הוד שבהוד, און ס'ווערט נסתיים אין דעם סיום פון הוד שבהוד, וואס ווען איז דאס דער סיום? איז דאס פארשטאנדיק, אז דאס איז איידער מ'ציילט דעם ענין פון דער תיקון הספירה שלאחרי זה, איז מען פאר דערויף נאך אלץ פארנומען מיט די ענינים פון הוד שבהוד, וואס דערפאר איז דאס אויך על כל פנים בדרך רמז פארבונדן מיט לאחרי תפילת מנחה, און לאחרי זמן המנחה, אפילו פון א שפעטער מנחה, וויבאלד די גרויסקייט פון הוד שבהוד איז דאך פארשטאנדיק, אז וואס מערער צייט מ'האט אלץ מער קענען אלץ אויפטאן, ובפרט ווי ער איז מבאר אין שער הלג בעומר, אין סידור, וואס דאס איז דאך די דרושים מיוסד אויף די דרושים,
- proofread
- 0