Paragraph
Paragraph rh-9w9vq4n4
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-qa59v67k
- order
- 1s
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דעם רבי'ן שווער, איז דאך דאס א שייכות מיוחדה צו די טעג אין וועלכע מ'געפינט זיך איצטער, און צי די טעג וואס קומען דערנאך במשך שבוע זה, וואס דאס איז דאך דער יום הנישואין פון נשיא דורנו, און דערנאך איז דאך אויך דער שבת לפני זה, וואס ס'איז דאך א שייכות מיוחדה, אויפרופעניש, וואס האט דאך אין זיך די אלע פירושים, אבער סיכער דער פירוש הכי פשוט, אז דעמאלט רופט מען אויף ממטה למעלה און מזולא ממטה למעלה, אפילו אט די וואס זיינען בלאו הכי געווען למעלה, איז דאך אין מעלה גופא דא כמה וכמה דרגות, ביז דרגות אין סוף, איז בא זיי אויך דא דער ענין פון אויפרופעניש, ואדרבא ביתר שאת ויתר עוז, און בפרט נאך אז מ'פארבינדט דאך דאס אויך מיט א קריאה לתורה, וואס דאס איז דאך דער פירוש הפשוט אין אויפרופעניש, אז מ'רופט אויף צו קריאת התורה, און מ'גיט אן עלי'כפירושה אויך דער ענין פון עלי', און עלי'איז דאך מנהגנו אין זמן השעת, איז דאך געווען בכמה זמנים דער סדר אז ס'איז געווען א ברכה ראשונה
- proofread
- 0