Paragraph
Paragraph rh-9w4jx3kd
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-b9r4bxqf
- order
- 85
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- פעלן קיינע זאך ניט אין די תמימות פון הושענא רבה אלס אן ענין בפני עצמו, און אלס שמחת בית השואבה פון אן ענין בפני עצמו, אף על פי וואס מ'טענה'ט דאך, אז ס'איז דאך דא דער ענין און די עבודה פון אמירת תהלים, ולפני זה דער תיקון פון הושענא רבה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון גאנץ משנה-תורה, און קומט גלייך אלס א הקדמה און אלס א הכנה, אז ס'קומט דער זמן המתאים, אז אויך בלילה זאגט מען תהלים, וואס דאס איז דאך אויך דער טעם וואס מ'האט מכריז-געווען און האט געקליבן א זמן לכאורה ניט פון זריזין מקדימין, דערפאר וואס אמירת תהלים בלילה האט אין זיך דעם זמן המסוגל בלילה, וואס דאס איז מחצות ולמעלה, כמדובר ומובן וגם פשוט. וואס על פי זה איז דאך פארשטאנדיק אז מ'פארבינדט ווי תורת הוי'תמימה זוכט מען וואו געפינט מען תמימות? בגלוי, און אין אן אופן וואס דאס ווערט אנגעזען פאר אנשים ונשים וטף, ווי מ'האט געלערנט פון דעם שנה שבנו ממנה, מוסף אויף סמך און תסמך און תסמך דער ענין פון הקריל האנשים ואנשים והטף געפינט מען דארטן דעם ענין פון תמימה אין ספר הרמב", א זאך וואס איז תמים דארף ניט אנקומען צו א צווייטער זאך. בשעת מ'לערנט אנדערע ספרי הלכה דארף מען אנקומען צו א צווייטן ספר הלכה, על אחת כמה וכמה אז ס'איז ניט אזא מלשון צח וברור וואס מ'קען אויסקומען אן א פירוש אין דער זעלבער הלכה, אין דעם זעלבן ספר הלכה, משא'כן דער רמב עם האט זיך מכוין געווען, אז ס'זאל זיין כקטן כגדול כמדובר כמה פעמים, און האט אויך מכוין געווען, אז דארט זאל זיין תמימה כל הלכות שבתורה, ווי ער שרייבט עליהם מ'זאל ניט דארפן זוכן אין אן אנדער ספר, דערפאר וואס דאס איז א ספר תמים ושלום, וואס דערפאר איז דאס אויך פון די טעמים וואס ס'איז דא בכמה ספרים מפליאים
- proofread
- 0