Paragraph
Paragraph rh-9s4kyf7k
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-106e1b29
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און ערשט דערנאך קומען די אנדערע טעמים וואס די גמרא רעכנט אויס, וואס כמדובר בהנוגע לחשיבות שלהם, קען דאך זיין אין דערויף סברות וואס איז מער חשוב אדער ווייניקער חשוב, בהנוגע צו קדימה אין זמן, איז אין זמן דער ערשטער מאל פון דער הדגשה אויסגעטיילטקייט פון חמשה עשר באב איז דאס געווען שנת הארבעים לא יותם במדבר, וואס דעמאלט איז שוין געווען דער דור וואס ס'איז געווען גרייט אויף מוכן אריינגיין אין ארץ-ישראל, בדוגמת הדור האחרון מגלותינו זה, וואס זיכער איז דאס יעדערער פון אונז אז דאס איז די לעצטע פון דעם גלות, און די ערשטע וואס זיי גייען אריין לארצנו הקדושה, ארץ אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה און אין אן אופן ווי זי וועט שטיין בשלימות, כמדובר כמה פעמים. וואס אזוי איז דאס אויך בהנוגע לענין זה. וואס דאס איז אויך פארבונדן, און גלייך א חי יתן אל לבו, אז מ'דארף זיין זיכער, בפרט בדורנו זה ובשנה זו, ווי אזוי איז שנת תשמח ותשמח און הקהיל, אז ס'איז א זיכערע זאך, גלוי לעולם אין קול, אז כלו כל הקיצין, און שוין צוגעפוצט אפילו די קנעפלעך, און שוין אויך דא דער עמדו הכן כולכם, בשלימות. און ס'דארף נאר זיין די רגע כמימרא, אז מ'גייט אים ענני שמיא גלייך לארצנו הקדושה, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, בדוגמא ווי ס'איז דעמאלט געווען אין דעם פעם הראשונה, אין חמשה עשר באב ושנת הארבעים, איז זיינען דאך שוין דעמאלט געווען בנערינו בנעריהם ובזקניהם ובבניהם ובבנותיהם די אלע וואס זכו ונכנסו לארץ הקדושה בפעם הראשונה, וואס אילו זכו וואלט שוין דעמאלט געווען א כניסה שאין אחרי'גלות, כמבואר אין מדרשים,
- proofread
- 0